היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כן ירבה! כולל דברי יואל ד'סאטמאר בית שמש

כן ירבה! כולל דברי יואל ד'סאטמאר בית שמש

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2922497

פאפיטעס » 1/11/2011 19:32

פרישער רינגעלע אינע'ם קייט פון ממלכת סאטמאר:
פרייד צום התייסדות פון "כולל דברי יואל ד'סאטמאר" אין בית שמש 
 
אנשי שלומינו תושבי העיר בית שמש בארה"ק האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה טובה איבער די פרישע רינגעלע אינע'ם גאלדענעם קייט פון ממלכת סאטמאר איבער דער וועלט - אז אצינד צום נייעם זמן איז געעפענט געווארן דער היכל הכולל "כולל דברי יואל ד'סאטמאר" וועלכע'ס איז נקראת געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א - נשיא הכולל ע"ש דודו מרן רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל.

אריבער 30 חשובע אברכי קהלתינו הק' זענען אנגענומען געווארן אויף דעם זמן הלימודים אינעם היכל הכולל, און אלס ראש הכולל איז נתמנה געווארן הרה"ג ר' אייזיק פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו בארא פארק שליט"א.

דער מנהל הכולל הר"ר שמעון עזרא הכהן סאנדער הי"ו גיט זיך אין די טעג שטארק אוועק אויף די הצלחה פונעם כולל אז מען זאל קענען אנהויבן דעם זמן ביתר שאת וביתר עוז.

-מחיל אל חיל – כן ירבה וכן יפרוץ-


סאטמארבילד » 2/11/2011 20:07

די פתיחת הזמן אין היכל הכולל דברי יואל אין בית שמש

נעכטן - מאנטאג העעל"ט

 

האדמו"ר מ'נחלת אהרן שליט"א שווער פונעם ראה"כ שליט"א

משמיע דברי פתיחה פאר די רבני הכולל

 

ווערט געזעהן מוה"ר שמעון עזרא סאנדער הי"ו מנהל הכולל

♦♦♦

oאטמארער » 2/11/2011 23:40

איך זעה טאקע אריבער דרייסיג חשובע אינגעלייט, ב"ה

היראים » 3/11/2011 00:15

די ווייזט אפשר וויפיל יונגעלייגט לערנען אינעם זאלי כולל אין בית שמש?

פאפיטעס » 3/11/2011 01:09

אין די זאלי כולל אין בית שמש לערנען 0 אינגעלייט.

עס דערווייל נאך נישט געבוירען.

מאירשלום » 3/11/2011 05:38

וויפיל סאטמערע יודען איז דא אין בית שמש? און וואס איז געשעהן מיט אלעד איז שוין דארטען דא א כולל ?

היראים » 7/11/2011 02:00

[בילד – נישט אפגעהיט]

פאפיטעס » 7/11/2011 08:35

די זאליס זעהנדיג אז די אהרונים האבן געפענט א כולל אין בית שמש, האבן זיי שנעל אריין געלייגט אין דער איד פאר די זאלי קעלבער אז..?

זיי האבן געפענט א בית המדרש אין בית שמש...!

וואס איז לא דובים ולא יער, עס איז געווען א ביהמ"ד יו"ט די צווייטע טעג וואס די רב איז אוועק געפארען, איז נישט געבליבען א מנין, האט יענער באצאלט פאר 4 זאלי אינגעלייט צו קומען דאווענען אויף יו"ט.

איז קומען די זאליס קעלבער און שרייבען אז זיי האבן געפענט א ביהמ"ד קהל יטב לב דסאטמאר בית שמש, וואס איז לא דובים ולא יער.

נישט צום גלייבען וואספארא לאקשאן מען קען פארקויפען פאר די זאליס.

oאטמארער » 7/11/2011 18:55

טאקע נישט צום גלייבן

סאטמארבילד » 25/11/2011 20:34

ערשטע חבורת אברכים

אינערהאלב אנ"ש תושבי בית שמש

 

♦♦♦