היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ויקץ ויחלום: סידור קידושין מערכה צוריק אויפגעפרישט!

ויקץ ויחלום: סידור קידושין מערכה צוריק אויפגעפרישט!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2922341

טאטעלע » 1/11/2011 04:03

די צוריקגעשטאנענע שטורן האבן זיך אויפגעוועקט פון זייער שלאף און זיי זעען זיך ארום ווי עס האבן חתונה זכרים מיט נקבות און עס וואקסן אויף ממזרימ'לעך ואין פוצה פה, איז כדי צו ראטעווען די קליינע קינדערלעך בעוד מועד האבן זיי אויפגעפרישט דומ"ץ דמתא קאמפיין, הערט און האט הנאה! ‎​
 
9512623834

תוקן על ידי המהדרין ב- 01/11/2011 14:59:23

פישער_גאבע » 1/11/2011 04:14

ס'איז א נחת צו זען ווי די ארונים שווערן זיך אז דאס איז עס! די זאל איז אווער, פון אזא מעכטיגן קלאפ וועלן זיך די בני יואל/זאליס קיינמאל נישט אויסקורירן, ‎​
 
די פאנטאזיעס לויפן נאך ווייטער, זיי חלומ'ן ווי אט אט שטייען לאנגע שורות מיט פארפעלקער פאר לאנגע שעות אין די רייע ביי ר'געציל און מ'בעט אז ער זאל איבערמאכן די קידושין, ר'געציל לאזט זיך אוודאי נישט, ער שרייט חי וקים אז אויב וויל מען זוכה זיין צו כשר'ע קידושין דארף מען טון תשובת המשקל און גיין פערזענליך איבערבעטן דעם רבי'ן אין מען האט באאויפטראגט מצד די וועד הפנקס אז נאר דער רבי קען מסדר זיין צווייטע קידושין, זאלן זיי איינמאל פאר אלעמאל די בני יואל וויסן מיט וועם זיי האבן אריינגעביסן, ‎​
 
מען שטייט שוין בקודש פנימה גרייט אויפן ארגסטן, קומט דער גבאי פישער און זאגט אז דאס איז נישט אזוי פשוט נייע קידושין קאסט $1000 קנס פאר די חוצפה און פריצות, און אזוי ווייטער ציט זיך זייער כח הדמיון און די חלה דעקלעך לעבן ווייטער א טאג, יעצט געהערט אזא מין סארט שמועס צווישן צוויי ארונים אין גרענד פוד.

עםהארץל » 1/11/2011 04:57

דער שוטה זאגט דארט אריין נעמען אז עס איז א נחת צוהערן

דעקעלעך, ביטע גייט אן מיט די מערכה

עםהארץל » 1/11/2011 04:59

נאך איין זאך: ביטע פאנגט צוריק אן צו לייגן דעם פנקס אינעם בלאט, אז יעדער זאל קענען הנאה האבן

דאסטערס » 1/11/2011 21:37

איך שטום צו מיט עם הארץ'ל. ווילאנג עס איז נאך געווען דער פנקס אין בלאט האט מען נאך געקענט זען יעדע וואך וויפיל חתונות ס'איז דא. אזוי ווי זיי האבן אויפגעהערט לייגן ווייס איך נישט צי ס'טאקע דא מער חתונות אדער ווייניגער. עכ"פ זיי מוזן אפדעיטן דעם ציבור.

סעלפאן » 1/11/2011 23:41

וואלט טאקע געווען א גוטע און וויכטיגע זאך אז דער בלאט זאל צולייגן א עקסטערע ביילאגע יעדע וואך, פונקט ווי זיי לייגן א עקסטערע. ביילאגע פון בילדער אז די קינדערלעך זאלן קענען זעהן די בילדער פון מאנקיס וואס עסן באנענעס אזוי אויך זאל זיין א ביילאגע פון די פרישע פארפעלקער וואס אזוי וועלן זיי צופרידן שטעלן הן די ארונים הן די זאלונים, הן די אינגלעך הן די מיידלעך, הן די זכרים הן די נקיבות , יעדן יעדן פון קאפ ביז פיס.

דייקן » 2/11/2011 00:01

המהדרין, שכוח פאר'ן מגיה זיין דעם ערשטן תגובה, ביטע אויך איינס בעפאר מיין תגובה. ייש"כ למפרע

סעלפאן » 2/11/2011 00:11

סך הכל האב איך נאכגעשריבן די ווערטער פון דזשיגאן ביים גאז סטאנציע פיקטשער אויף די סקעפאלדס אויף קענט עוו.
 
אויב האט דער בלאט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טוישן די ווערטער ווי ביי די כלי דרשה דאן האלט איך נישט אז דא פעלט זיך יא אויס צו טוישן.

דאסטערס » 2/11/2011 00:29

מיר דארפן וויסן אז נישט ווייל יענער שרייבט / רעדט אומאיידל מיינט עס אז איך מעג איך אויך!