פארוואס די אהרונים נאך אזא שיינע יום טוב וואס זיי האבן געהאט רעדן זיי אויך פין די פוסקייט אין די אויס געשפילטע יום טוב אין ראדני
יעצט למען הפיקטלייכקייט פרעגן זיי די שאלה נישט אלץ ישרות צי אלץ נארמאלקייט נאר די קאפ שוועלט זיי פינעם יום טוב אין הופער טוט זיי וויי אז מען לאכט זיי אין פנים
אבער אלץ יושר וועלן מיר זיי ענטפערן אינזער פרייד פינעם אויסגעשפילטע יום טוב אין ראדני
דעם ברך משה'ס מלוכה האט אנגעהאלטן בערך 27 יאר צי זאגן כולם שווין לטובה איז א גוזמא
יעדע 4 חדשים איז געווען אן אנדערע פרשה וואס האט אנגעשטינקען די גאס
צי פרשת קאשוי רעבעצין בני יואל סקול דיסטריקיט פרשת קאטש בעדפארד הייזער
מען האט גערעדט אויף ר' אברהם לייטנער פגום דרשה נ' שערי טומאה אויף קאשוי
דא האט מען זיך געקריגט מיט ר' משה ארי' ז"ל
מען קען דעבעטירן ווער ס'איז שולדיג געווען דעראין צי משה גבאי צי די רעבעצין צי לעפקאוויטש'ס צי די מתנגדים
איך וויל יעצט אין דעם נישט אריין גיין צי טייטלן פינגער'ס
הצד השווה שבהן נאך א יעדן יום טוב צי יומא דפגרא ווי כ"א כסלו צי כ"ו אב האבן די חסידים געהאט בישות
אייביג איז ארויס געקומען א סקאנדאל וואס האט אפגעווישט דעם יום טוב א טאג דעראויף איז געווען ולא נודע פינעם יום טוב
אין ביי יעדע פרשה האט דער ברך משה פארלוירן מענטשן אין זיך אנגעמאכט א וועלט מיט שונאים
ווען דער ברך משה איז עלטער געווארן האט זיך משה גבאי געמאכט דעם חשבון אז מיט ר' אהרן וועט ער נישט אנגיין מיט די זעלבע שייגץ שטיק ווי ער האט געטיען ביים ברך משה ער האט באמערקט אז ר' אהרן לאזט זיך די קאפ נישט פארדרייען
האט ער באשלאסן אהער צי ברענגן מהרז"ל אין משה גבאי האט זיך באמת איינגערעדט אז ער איז א כל יכול ער וועט לייגן ר' אהרן אין די ערד אין מאכן מהרז"ל פאר וועלט'ס רבי
די ערשטע שטיק צייט האט טאקע אזוי אויס געקוקט מהרז"ל איז געפארן אויף ארויף אין ר' אהרן האט פארלוירן מאמנטום
די זאלי'ס האבן שוין עמטליך געקלעמיט אז ר' אהרן איז פארטיג
אבער דער וואס האט דעמאלס געהאט א געניט אויג אין געוויסט די פאטשינעלס פין ר' אהרן האט באמרעקט אז ער גייט זיך בויען א חסידות וואס סאטמאר האט שוין נישט געהאט 43 יאר
תיכף ווי ער האט זיך אפגעשאקלט פין משה גבאי האט ער אראפ געלייגט פעסטע יסודות פאר זיין עולם
אנגעויבן פין לימוד התורה אין גענידגט ביי ווארמקייט ביי טישן ער האט אריין געברענגט א חיות דקודשה מסוף העלום ועד סופו
אין יעצט ווען מען קוקט פארוואס ביי ר' אהרן איז חודש תשרי א שם דבר אין די גאנצע וועלט אין ביי מהרז"ל איז עס א פאלנטער זעהט מען אז דעס איז נישט געקומען פין איין טאג דעס איז געקומען פין יארן הארעוואניע ביי זיין עולם
נאך מער ר' אהרן איז געשעצט אין ארויף געקוקט ביי זייך ציבור אין ר' זלמן לייב איז אן אפגעפרעגטער מענטש ביי זיין עולם
די זאלי'ס רעדן נאך ערגער פין אים ווי די אהרונים זיי האלטן באמת אז ער איז גוט נאר זיך צי שלאגן אבער צי ערליכקייט אין צי ווארמעקייט מאן דכר שמיה
פארדעם איז אינזער פרייד אז ראדני איז אויס געשפילט די הייליגע טעג
נצח ישראל לא ישקר מען קען נישט פאפן א וועלט אין טאן רשעות באנזאם כלל שיראל האט א גיטע נאז אין שמעקט ווי ס'איז דא ערליכקייט אין הייליגקייט
יעצט למעשה משה גבאי מיט לעזער קעסנטבוים זענען היינט ציטאג אויס געשפילטע מענטשן
למעשה דרייען זיי זיך ארום אויס געשפילט אן א שטאך ארבעט
מהרז"ל האט הייזער פאר די קינדער אין א שאפער ווארט אים אפ ביידי מקוה אבער קיין רבי איז ער נישט אי קיין חסידים האט ער נישט טראץ ער האט פרובירט צי שלעפן אן עולם דעם יום טוב דורך טעראר האבן זיי געזאגט אויפן אינז וויל מיר צי דיר נישט גיין
ר' אהרן איז אויס געשטיגן א וועלט'ס מנהיג ברחניות ובגשמיות וואס אלפים ורבבות נהנה מאורו
וואב מען קען ריכטיג זאגן אויף ר' אהרן
רבי מאיר אומר:
כל העוסק בתורה לשמה, זוכה לדברים הרבה, ולא עוד אלא שכל העולם כולו כדאי הוא לו. נקרא רע, אהוב,
אוהב את המקום, אוהב את הבריות,
משמח את המקום, משמח את הבריות,
ומלבשתו ענוה ויראה,
ומכשרתו להיות צדיק חסיד ישר ונאמן,
ומרחקתו מן החטא, ומקרבתו לידי זכות,
ונהנין ממנו עצה ותושיה בינה וגבורה,
שנאמר: "לי עצה ותושיה אני בינה לי גבורה".
ונותנת לו מלכות וממשלה וחקור דין,
ומגלין לו רזי תורה,
ונעשה כמעין המתגבר וכנהר שאינו פוסק,
והוה צנוע וארך רוח, ומוחל על עלבונו,
ומגדלתו ומרוממתו על כל המעשים
תוקן על ידי קריסטאל ב- 27/10/2011 20:44:20