נעכטן נאכט אויפן וועג אהיים פון מעריב, טרעף איך אן א חבר מיינער גראדע א ארוני, איך האב גלייך געזען אז עפעס דריקט אים, איך האב נישט געדארפט צו לאנג טראכטן פארוואס, ער געט א שריי אויס מיט בלוט פארלאפענע אויגן: ראדני איז געווען ליידיג דעם יום טוב, הא?? נאכן זיך אויסגעבן האט מען געקענט זען ווי עס איז אים אביסל בעסער געווארן מיר האבן געשמועסט פאר צוויי מינוט און געגריסט א גוטע נאכט ווען בשעת מעשה האב איך אינזין געהאט א רפואה שלימה
איך גיי ווייטער זעה איך א געזעמל מענטשן שמועסן איך זעה פונדערווייטענס לייביש טייטעלבוים מאכט מיט די הענט, איך גיי אריבער און איך הער וואס? ראדני געווען אויסגעשפילט, די פארענטשעס ליידיג, געווען צוויי פיס פלאץ צווישן יעדן מענטש
היינט צופרי קום איך אריין אין מקוה, אן ארוני שטייט מיט זיין אייפאון (מיט דזשעי נעט פארשטייט זיך אזוי ווי זיין הייליגער רבי פארלאנגט) און ווייזט א בילד פון די נעילת החג אויף קענט עוועניו, איך האב שוין געטראכט אה דא איז דא א נערמאלער ארוני, ער איז כאטש פאזיטיוו, ער איז פארנומען מיט זיך, ווי וואס ווען ער געט א שריי אויס: אין ראדני איז נישט געווען האלב פון דעם....
רבותי, ווי אזוי רופט מען די מחלה? דעפרעסיע? יאוש? פארלוירנקייט? אדער אפשר עקספערדזשערס סינדראם? אז איינער וואס האט די גרעסטע שוהל מיט א ראוד אינצווישן, די גרעסטע רעבע, די מערסטע מענטשן, די לענגסטע פארענטשעס, גענוצט די מערסטע האט קאפס, רבי מיט די שענסטע קול, א קדוש וטהור א לב אהרן, די גרעסטע סטעידזש צו שאקלען לולב, די שענסטע פיאות, די הערליכסטע בילדער זאל זיין פארנומען מיט די צען זאליס וואס מוטשען זיך אנצופולן ראדני...