ב"ה מיר זענען ארויס פון אזא הערליכן יו"ט מיט'ן רבי'ן שליט"א, מיט פילע באגאדזשען חיזוק און שמחה אויפ'ן גאנצן יאר!
ס'איז זייער שווער אנצוצייגן ווי ס'איז דער הויכפונקט,
ווייל איינער טרעפט עס אין די הערליכע שמחות בית השואבה טיש'ן חוה"מ,
א צווייטער אין'ם דביקות'דיגן הושענה רבא,
א דריטער אין די התלהבות'דיגע הקפות,
אין די רבי'נס ווארימע דברי תורה צווישן די הקפות,
אינ'ם אויסנאמס שיינע הכנסת ספר תורה שמיני עצרת נאכמיטאג!
איינער אין די געוואלדיגע הקהלה פון אזא עולם מארבע פינות העולם,
אן אנדערער אפשר אין די נעילת החג אדער באגלייטן....
איך וואלט לכאו' געזאגט, אז די יו"ט איז געווען איין שטיק הויכפונקט, דאך איז די געוואלדיגע 6'סטע הקפה מראה, שמח"ת צופרי געווען אזא מין מורא'דיגע וואס וועט נישט ארויסגיין פון מיין זיכרון קיינמאל! איך געדענק נישט מיין פיס זאל בכלל האבן אנגעריט די ערד בשעת'ן הקפה! א שמחה און דביקות וואס איך האב קיינמאל נאכנישט געשפירט! די רבי איז אזוי מין שנעל ארומגעלאפן דעם געפאקטן ביהמ"ד מיט די הייליגע ירושה ספר תורה אין די הייעך אה! געוואלדיג! מ'האט נישט געשפירט די ביינער פון אזא געדרענג! ווען די גבאים קענען אים קוים דעריאגן און מאכן פלאץ צו לויפן, אפגערעדט ווען די רבי האט אנגעהויבן די ניעניעום מיט די הייליגע צאנזער רב'ס ספר תורה האבן די געשטיפעניש און געזאנג געשפאלטען דעם דאך! די גאנצע ביהמ"ד איז געווארן איין ים פון דביקות!
עפן איך די אשכול צו דיסטירן אייער מיינונג!