היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » העליש פייער אין סאוט 8 ביהמ"ד

העליש פייער אין סאוט 8 ביהמ"ד

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2920723

הדלקה » 23/10/2011 11:12

ד.ט.פ.

פישער_גאבע » 23/10/2011 11:50

די ספרי תורה זענען ב"ה אלע אפגעראטעוועט געווארן.

פדן_ארם » 23/10/2011 15:21

ספרי תורה האבן נאר רויך שאדן אבער בערך הונדערט פאר טלית און תפילין זענען ליידער פארברענט געווארן.

די אלטע שול איז חרוב, די נייע שול דערנעבן האט רויך און וואסער שאדן.

קליפ » 23/10/2011 15:35

* width="700" height="386"><*

קליפ » 23/10/2011 15:35

הדלקה » 23/10/2011 16:20

[בילד – נישט אפגעהיט]

הדלקה » 23/10/2011 16:38

רח"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 23/10/2011 17:15

וויליאמסבורג - הצלה און פייער דעפארטמענט זענען די נאכט, ארום 4:30 פארטאגס, ארויסגערופן געווארן צו א פייער אינעם סאטמארן ביהמ"ד אויף 109 סאוט אכט סטריט, דורך צוויי אינגעלייט וואס האבן געלערענט אין ביהמ"ד, אז זיי פילן א שטארקן רויעך

הצלה און שומרים האבן עוועקיואירט די משפחות וואס וואוינען העכערן שוהל, מען האט געדארפט באהאנדלען אפאר נפשות פארן אריינאטעמען רויעך, ב"ה מען האט קיינעם נישט געדארפט אריינפירן אין שפיטאל

געטרייע שומרים וואלונטירן האבן געראטעוועט די ספרי תורה צו א דערנעבענדיג הויז, די 2-אלארם פייער האט אנגעמאכט גרויסע שאדנס פארן ביהמ"ד און פאר די דערנעבענדיגע נייע ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן געבויעט ווערן

די פייער דעפארטמענט זאגט אז די פייער האט זיך אנגעפאנגען פון א עלעקטריק פראבלעם, מן הסתם פון די דרייערס אין בעיסמענט, די נייע ביהמ"ד איז נישט שטארק געשעדיגט געווארן ב"ה נאך וואס די ספרינקלער סיסטעם האט זיך אנגעצינדן אין צייט, עס האט גענומען איבער א שעה צו פארלעשן דאס פייער, די פייער דעפארטמענט האט געדארפט אריינרופן הילף פון דערנעבענדיגע געגענטער

(קרעדיט אידישע וועלט)

SatmarNews » 23/10/2011 17:16

קליפ » 23/10/2011 17:17

* width="700" height="386"><*

קליפ » 23/10/2011 17:17

פריש » 23/10/2011 20:43

די אהרונים פרובירן נעבעך מיט אלע מיטלן אויף זייער בעבי פארום און אויף בחדרי פארום צו ספינען אז דער פייער איז געווען א אונטערגעשטעלטער. דער פערד משה'לע פריידט זיך שוין אפילו אז סאוט אכט איז צוריק זייערס. ‎​
 
עס איז נאר אינטערעסאנט זיי צו דערמאנען אז פאריאר אזא צייט האבן זיי געיובעלט און געשאלט אז זיי האבן מצליח געווען צו פארכאפן דעם שול אויף סאוט אכט, שמואל ווידער האט אפילו געלאזט ערב יו"ט א פייערליכן מעסעדזש פאר יצחק ראזענבערג וואו ער איז אים מודיע מיט פאטאס אז ס'דא גרויסע שאנסן נאכדערצו אז דער ריכטער שמידט האט איבער גענומען דעם קעיס (איך בין נייגעריג צי ער וואלט נאך היינט אזוי געזאגט.... וד"ל...). דעריבער איז נישט כדי אז זיי זאלן זיך צו שטארק איינרעדן אז זיי האבן דעם שוהל, ווייל אויב יא וועט דאס זיי זיין זייער ווייטאגליך צו זען אז ס'איז פוסטע חלומות.

SatmarNews » 24/10/2011 04:25

SatmarNews כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________



נאך צענדליגער בילדער צוגעלייגט

_________________

HTML clipboardSatmarNews


משגיחראשי » 25/10/2011 19:27

ווי וועלען זיי זיין שבת אין די טענט ?

סעלפאן » 25/10/2011 19:57

לי גארדענס שוהל איז נישט ווייט פון סאוט אכט,

פריינדליך » 26/10/2011 01:58

נאר די אנדערע עק וויליאמסבורג...

משגיחראשי » 26/10/2011 17:03

וואס נישט אין די טענט  מיט א עירוב ?

פריינדליך » 27/10/2011 15:30

איך האב געהערט אז די פייער דעפט. האט ארויסגעגעבן א partial vacate order אויפן ביהמ"ד. מיינט דאס די חלק ביהמ"ד איז וואס האט געברענט?

סעלפאן » 27/10/2011 16:40

יעדע בנין וואס פאסירט א פייער באקומט א Vacate Order, אין קראלי ת"ת האט אויך אויסגעבראכן א - קליינע - שריפה, און דארט איז טאקע אויך ארויף א Vacate Order.
 
נאר וואס דען? ביי די חלה דעקעלעך מיינט פייער + פייער = פארמאכט אויף אייביג.

משגיחראשי » 27/10/2011 17:52

פאר וואס איז דא א'וועיקעיט ארדער ?....
איז דאס פאר  די  דירות אויך??????????

משגיחראשי » 27/10/2011 18:49

/?

משגיחראשי » 27/10/2011 19:51

הנגיד_רבי » 27/10/2011 20:53

ענדליך זעה איך די ארונים האבן אויפגעגיבן אויפ'ן שיגעון פון פייטן אויף אונזער סאוט 8 שוהל!

אויפ'ן קעפל אין בלאט פראנט פעידזש שרייבט ער "פייער אין ביהמ"ד אויף סאוט 8" 
ער טוט אפ כלל יהדות החרדית און שרייבט נישט סאטמאר.....  אבער איז איינוועגס מודה אז "מ'קען נישט פייטן וואשינגטאן.."
און ס'באלאנגט נישט פאר זיי.

משא"כ אודאי אין "איד" און אפי' אין "צייטונג" שטייט "שריפה אין סאטמאר סאוט 8"

RESTLER » 27/10/2011 21:32

האט דיר געהאלפן די נארישע פשעטלעך נאך דעם פייער אין די גרויסע אייזערנע שול?

קליפ » 27/10/2011 22:36

Satmar Community Honors FDNY Heroes For Saving Torah's

געלעכטער » 28/10/2011 08:23

RESTLER כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האט דיר געהאלפן די נארישע פשעטלעך נאך דעם פייער אין די גרויסע אייזערנע שול?

 
גערעכט. דאס ביהמ"ד באלאנגט טאקע פאר די אהרונים. דער מו"ץ פערד אונגאר לערנט שוין פאר שיעורים, דער חכם דזשיגאן רא"ט קומט שוין מאכן א לחיים טיש, און משה יוסל ווערטהיימער שפריצט שוין מיטן פייער עקסטינגניטשער...

סעלפאן » 28/10/2011 17:01

חוץ די מסורות וואס די ארונים האבן אריינגעגעבן קעגן 'זייער' שוהל זעה איך נישט גארנישט דא

oאטמארער » 31/10/2011 17:51

9 פרישע מסירות זינט די פייער

Complaint
Number
Address Date
Entered
Category Inspection
Date
Disposition Status
3394319 109 SOUTH 8 STREET 10/27/2011 05

ACT
3394313 109 SOUTH 8 STREET 10/27/2011 2B 10/28/2011 XX RES
3394199 109 SOUTH 8 STREET 10/27/2011 31

ACT
3394166 109 SOUTH 8 STREET 10/26/2011 29 10/27/2011 H1 RES
3394073 109 SOUTH 8 STREET 10/25/2011 10 10/26/2011 H1 RES
3394072 109 SOUTH 8 STREET 10/25/2011 59

ACT
3393810 109 SOUTH 8 STREET 10/23/2011 05 10/24/2011 I2 RES
3393809 109 SOUTH 8 STREET 10/23/2011 30 10/24/2011 Y3 RES
3393794 109 SOUTH 8 STREET 10/23/2011 10 10/24/2011 XX RES

עםהארץל » 31/10/2011 18:42

ארונים און מסירה איז א דאפלט לשון, זיי זענען געקניפט און געבינדן

SatmarNews » 7/11/2011 04:51

oאטמארער » 25/11/2011 19:14

די וואך שבת וועט מען אי"ה שוין דאווענען אינעם נייעם שוהל, וועלכע איז פריוויזאריש צוגעשטעלט געווארן