ער טוט דאס צוליב די שרעקליכע בזיונות וואס ער האט יעדע שמחת תורה און שמיני עצרת, ווען ראדני איז ליידיג בשעת איין בלאק ארויפציר אויף הופער איז געפאקט מיט טויזענטער טויזענטער אידן.
די זאליס האבן אים אנגעפיפען און יא געטאנצען, טייל גבאים זענען געגאנגען קיין ראדני מורא'האבענדיג פאר זייער פרנסה, אבער דער עולם האט זיך אנגעפיפען אויף אים.
אזוי אויך האבן די זאליס געלייגט ריזיגע צעטלען אז מען גייט טאנצען מיטן ספר תורה פונעם דברי חיים, און דער עולם זאל קומען, אבער די בזיונות היי יאר איז געווען דאס זעלבע ווי אלע יארן פוסט און ליידיג.
יעקב גליק איז צוגעגאנגען צו רז"ל אז די ספר תורה פונעם דברי חיים העלפט נישט און דער עולם קומט נישט, נעקסטע יאר וועט מען דארפן ברענגען נח'ס תיבה... רז"ל הויז בחור האט אים אראפ געשמירט א פראסק.
אזוי אויך האט זיך רז"ל זיך געהרגט מיט משה שמואל זופניק איבער די ספר תורה, ווייל זופניק זאגט אז ער איז נישט יחצאל (ווי אזוי מען ריפט אים אין רז"ל שטוב) און די ספר תורה איז זיינס, די זאליס האבן איין געלייגט א ריזיגען סכום געלט אז ער זאל בארגען די ספר תורה, און מען געט אים עס צוריק נאך אין יו"ט.