היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » תהילות יואל - חילול יו"ט וסוכות בריש גלי

תהילות יואל - חילול יו"ט וסוכות בריש גלי

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2919964

פאפיטעס » 16/10/2011 22:43

דעם יו"ט סוכות זענען די מתפללים פון תהילות יואל שאקירט געווארן ווען זיי זענען אנגעקומען אין שול דעם ערשטען טאג יו"ט, און געהערט האקען אויף די אויבערשטע שטאק, ווי שאקירט זענען זיי געווארן ווען זיי זענען ארויף און אריין קוקענדיק ביי די לאך פונעם טיר, האבן זיי געזעהן ווי אן ערך פון 20 גוים ארבעטן פלייסיג און בויען שטעלען אויף ווענט.

די מתפללים האבן אנגעהויבען רידערן איבער דעם שרעקליכען חילול יו"ט, דער גבאי מארקאוויטש האט געזאגט אז דער עולם מיז זיין שטיל, ווייל ער האט באקומען אן הוראה פון רז"ל אז מען האט פארשאפט אן היתר צו ארבעטן יו"ט, און ווער עס וועט רידערן וועט מען ארויס טראגען.

ר' שלמה לייב האט געזאגט אז ער האט נישט געגעבען קיין היתר, און מען קען נישט געבן קיין שום היתר, אבער ער האט מורא צו זאגן א ווארט ווייל ער וועט פארלירען זיין פאסטן.

איין מתפלל זעהענדיג די שרעקליכע חילול יו"ט און יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט צוליבען טעראר, האט אויסגעקלאפט אין מיטען דאווענען און מוחה געווען אויף דעם שרעקליכען חילול יו"ט, און ער האט געזאגט אז אין א ביהמ"ד ווי מען מאכט אזא חילול יו"ט און יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט טאר מען נישט דאווענען, 10 אידן האבן זיך אויף געהויבען און ארויס דאווענען אין אנדערע בתי מדרשים אלס מחאה צום חילול יו"ט.

כשיורדין יורדין עד לעפר!

היראים » 18/10/2011 00:18

ביי זיי אין נאר דא איין איסור פין טראגען מיט די עירוב אין אויף דעם דארף מען נאכשרייבן פרויען אין מיידליך
אבער ווען ס'קומט צו זיי איז דא דער 'הא להוא'

די חילול יו''ט בפרהסיא ווען מ'האט געבויעט קלאסען צו קענען ווייזען פאר אברהם בער אז 82 דארף יא האבען די פלאץ אין מ'קען נישט דארט בויען א שוהל


תוקן על ידי היראים ב- 18/10/2011 00:20:08