היינטיגן שמיני עצרת וועט ק"ק סאטמאר אפצייכענען דאס פיפטע יארצייט פון די טרויעריג בארימטע ראדני שמיני עצרת ראיאטן וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן דורך די שלוחים פונעם סבלן ר' אהרן טייטלבוים.
דאס שוידערליך בילד וואס האט זיך אנטפלעקט פאר די אויגן פון הונדערטער סאטמארער חסידים יענעם שמיני עצרת אינדערפרי וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זיכרון. דאס ביהמ"ד האט אויסגעקוקט ווי א שלאכט הויז. ברייטביינערדיגע שחורים, אידן מיט ידי עשיו האבן וואנדיליזירט און פראגרעמירט אין שוהל. זקנים עם נערים זענען צעשלאגן געווארן דורך די בני עוולה.
דער קלימאקס פונעם פראגראם איז ווארשיינליך געווען דאס טאנץ (וועלכע איז פאראייביגט געווארן מיט באקאנט בילד - למען ידעו דורותיכם), פון דעם פה מפיק מרגליות, עמרם כהן, וועלכע האט פאר עקסטאז אראפגעצויגן דעם טלית פון זיין פלייצע, אראפגעווארפן זיין קאפל אויף דער ערד און זיך ארויסגעלאזט אין א דערהויבענעם חסדי השם טאנץ, ווען מיט די האנט דרייט ער אין די הייעך אלס סימן פון ניצחון מלחמה, און אז דער סבלן הדור ר' אהרן טייטלבוים וועט ערשיינען אין שול ביז מינוטן ממש...
דער סוף איז שוין היינט וואויל באקאנט. מסרת גיבורים ביד חלשים, ורבים ביד מעטים ורשעים ביד צדיקים. דאס ביהמ"ד איז אויסגעליידיגט געווארן פון דעם כת הנודע, און מ'האט צוריק מטהר געווען דאס היכל און רבינו שליט"א (נאך דאן רב) האט ממשיך געווען מיט די עבודת הקודש ביתר שאת ויתר עז אין גרויסן שול מיט די הייליגע תפילות און געהויבענעם תפילת גשם. צו די זעלבער צייט איז דער סבלן, וועלכער איז געבליבן אין זיין דירה אויף יוז סט. סובל זיין ווילאנג ער באקומט צוריק דאס שוהל, געלאפן בבושת פנים צו זיין דירת עראי אויף טעילאר סט. וויינען אויף דעם לעצטען פארלוסט.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו ליינען די זיכרונות און הרגשים פונעם ציבור יענעם יום טוב. ווי למשל דער שיעור פון יוסף הערש סופר, דאס תהילים זאגן פון די קאלבען ועוד...
א גוטן מועד! (בנוסח שלמה שמש)