כ"ק רבינו שליט"א האט דעם פארגאנגענע זונטאג צום גדליה ביים שבת-תשובה דרשה, גאר שטארק מעורר געווען כלל ישראל נאכן פארלערנען די סוגיא פון חצי שיעור, צווישן אנדערע האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער:
· הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען און קדיש
· צניעות ביי פרויען
· א פרוי וואס גייט אנגעטוהן ערליך און אויסגעהאלטן איז אזויווי זי ברענגט א קרבן פאר השי"ת
· אלע היימישע מוסדות זאל איינפירן די תקנה ארויס צו ווארפן קאמפיוטער פון אידישע הייזער
· שעדליכע עלעמענטן דרייען זיך ליידער צוווישן אונז, האלטן א וואכזאם אויג
· אפילו א קלייניקייט וואס מען טוט לטובה ווער פארעכענט פארן אויבערשטען








