היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שאק: יענקי סופר גייט ארעסטירן ברך משה איינוואוינערס

שאק: יענקי סופר גייט ארעסטירן ברך משה איינוואוינערס

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2917307
בלאט: 1 2

רינדעכיגער » 26/9/2011 20:07

עס רעדט זיך פון עסקנים פון שכונת ברך משה וואס ווילן בויען א בהמ"ד פאר די געגענט אזוי ווי עס פארלאנג זיך פונעם געזעץ פון די ווילידזש, אין דער יענקי סופר הערט נישט אויף אויסציטיילן צרות פאר די ברך משה איינוואוינערס יעדען טאג מיט אן אנדערן תירוץ,

אפגערעדט וואס די גאנצע ברך משה פאריעקט האט ער ארויסגעווישט במרמה שלא ביושר, איז יעצט ווען די איינוואוינער ווילן בויען א בהמ"ד פאר די געגענט (אן איין פעני פון דעם ח...) לא די וואס ער שטעלט זיך נישט צו אזוי אלע בילדערס אינעם שטעטל, נאר ער שטערט! אין נישט נאר וואס ער שטערט נאר ער ציברעכט די עסקנים על לא דבר, אין סטראשעט מיט ארעסטירן, הישמע כזאת? ווי לאנג גייט מען ליידן פון דעם גיפטיגען שלאנג?

מען דארף ארויסגיין מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם יענקי סופר בעוד מועד נישט מען זאל זיין א צועק שעבר, ער דרייט זיך ארום מיט די קאפ אין די הייעך זאגעדיג אז מען מוז צי אים סיי ווי ציקומען ווייל ער האט די מאניפאל פון דירות היינט צו טאגס אין קרית יואל אין דעם רבין האט ער אויך אין טאש (חיים שלמה'ס באדי) איז פארוואס זאל ער נישט טוען וואס ער וויל ? ווער זאל אים אפשטעלן?

וועקטס ענק אויף רבותי!  ווייל היינט איז עס ברך משה איינוואוינער אין מארגן איז עס עצי התמרים מיט חברון מיט ראוונע אין איבער מארגן איז עס די ישיבה א.א.וו.

מיר אפעלירן צום ציבור אז ווער עס האט שפראך צי יענקי סופר זאל אים פארהאלטן פארוואס ער לאזט נישט בויען דעם בית המדרש אין ברך משה געגענט וואס רוב שטח איז ניטאמאל זיינס?

תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 26/09/2011 20:10:52

קאפויער » 26/9/2011 20:22

און פארוואס לאזט ער נישט בויען די מקוה אין בית שמואל בנימין?

גייט ער דארט אויף ארעסטירן מענטשן פארן בויען?

רינדעכיגער » 26/9/2011 20:29

פארוואס זאל ער יא לאזן בויען ? עמעצער האלט אים אמאל אפיר? אחוץ אונז פלענע אראפגעקוקטע בירגערס וואס זענען נישט פון די היי קלעס?

רינדעכיגער » 26/9/2011 21:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 27/9/2011 23:10

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 27/9/2011 23:11

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 27/9/2011 23:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 27/9/2011 23:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 27/9/2011 23:13

[בילד – נישט אפגעהיט]

אדמיראל » 28/9/2011 05:23

איך וויל נישט נעמען קיין צד אבער אין א געוויסע וועג קען מען זייער פארשטיין יענקי סופר אז מען זעט אין די נעמען וואס שרייבען אונטער מענטשען וואס האבען די קינדער אין בני יואל אין ויואל משה אין עס איז דא נאך פארשוינען וואס עס שטייט נישט אויף די ליסטע וואס מען איז זיי דארט זייער מכבד פאר אפאר טאלער. ני קען מען יעצט צוריק ענטפערן פאר די רינדעכיגע גבאים גיי בעט פין יענע וואס מען האט אזוי שיין מכבד געווען

רינדעכיגער » 28/9/2011 16:09

אדמיראל וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט פערדריי?

פרוביר אונז נישט צו געבן עסן שטרוי ווייל מיר זענען נישט קיין קיען אפילו מיר זענען חסידים!

בהמ"ד ישמח משה מיטן רב הבהמ"ד חדב"ן הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א איז גארנישט אנדערש ווי בהמ"ד אבני צדק מיטן רב הבהמ"ד חדב"ן הרה"ג ר' העניך אשכנזי שליט"א אין גארנישט אנדערש ווי בהמ"ד אהל פיגא מיטן רב הבהמ"ד חדב"ן הרה"ג ר' דוד דוב דשונסקי שליט"א ווי עס דינט פאר די איינוואוינערס פון די שכונה אנטער קהל יטב לב אין עס דאווענען דארט בני יואל מיט זאליס אומגעשטערט,
 
אין פינקט ווי די פארשטייסט אז אין די אלע אויבן דערמאנטע בתי מדרשים אין אויך אין אלע אונזערע בתי מדרשים אין די וועלט ווארפט מען נישט ארויס קיין מענטשען אפילו זענען נישט איינשטומיג מיטן רבין אין נישט קיין גוטע פריינד פארן רבין קען יעדער איד דאווענען כל זמן ער שטערט נישט, אזוי אויך פארשטייסטו זייער גוט אז בהמ"ד ישמח משה איז נישט מחיוב צו ווארפן מענטשן,

די משה גבאי טעריע פון ווארפן סתם מענטשן איז שוין לאנג פארביי,

אין בכלל זע איך נישט אז יענקי סופר זאל זיך רעכענען אזוי מיטן רבין ווען עס קומט צו זיינע פאר טאלער, ער פארקויפט דירות פאר בני יואל אין זאליס אין חסידים ציגלייך, א יא? וואס פראוועט ער נישט דעמאלטס חסידות אין שיקן די בני יואל מיט די זאליס ליפטערן?  דעס פארשטייסטו?

שפיל נישט אויף אונזערע געפילן וואס אונז האב מיר פאר אונזער רבין כדי אזוי צו געבן א פרי פעסס פאר יענקי סופר, מיר זענען  נישט אינגאנצען משוגע, גענוג וואס מען פיטערט אונז ביי די וואלן מיט שטותים וואס דעמאלטס האב איך נישט קיין ברירה אין איך קען מיך נישט ערלויבן צו שטימען פארקערט וועגן מיינע געפילן פארן רבין,

אבער יעצט האט עס מיטן רבין זילטש!!!

סא האק נישט אין קיין טשייניק אין ענטפער צו די זאך

דעס איז שוין ווען די נעמסט נישט קיין שטעלונג, שטעל דיך פאר ווען די נעמסט ווען יא א שטעלונג...

וואלןסח » 28/9/2011 17:24

איך נעם נישט קיין צד דא, אבער אויבנאויף קוקן מיר אויס א גרויסע רוב פון די מענטשן ווי גאר היימישע, ממילא אדמיראל איך וואס נישט וואס דו ווילסט

אדמיראל » 28/9/2011 17:59

רינדעכיגער איך וויל מיר מיט דיר נישט קריגען דא ווייל איך נעם נישט קיין צד אין ווייל איך האלט אז די ביסט א זאלי וואס שפילט ארוני. די אהרונים האבן זיך נאך קיינמאל נישט אזוי שטארק אויסגעפראקט אין פאבליק. רבי. וואלען. גבאי. עס איז שוין געווען הייסערע צייטן. אין אז עס איז שוין יא דא א קריגעריי איז דא אבער א לימיט ביז ווי מען גייט

רינדעכיגער » 28/9/2011 21:16

אדמיראל איך גיי מיך נישט דא לאזן אריין שלעפן אין זייטיגע דיבעטס צי איך בין א זאלי צי עס איז שונאים וואס מען דארף ווארפן וכדו' דעס אז די נעמסט א צד דאס איז זיכער! ‎​
 
אין אז די פרובירסט צי רייטן אויף דעם עולם'ס געפילן איז אויך זיכער! ‎​
 
אין אז די שיסט א קויל מיט דעם וואס די שרייסט אז איך בין א זאלי איז אויך זיכער! ‎​
 
אלעס כדי די טעמע זאל אוועק פארן פאר יענקיס אינטרעסע איז אויך זיכער! ‎​
 
אין דאס וואס די זאגסט אז מען האט זיך נאך קיינמאל נישט אויסגעפראקט ברבים איז סתם אן אויסרייד (וואס דרך אגב סתם שקר מען האט דא שוין בארירט אסאך האקעלערע ענינים) נישט צי דארפן אדרעסירן די טעמע פונעם אפשטעלן בויען דאס ביהמ"ד וואס איז זייער געפארפול פאר יענקי סופר איז אויך זיכער! ‎​
 
סא סטאפ מיט דיינע שטותים אין זאג פאר יענקי סופר אז די ניגון פון חסידות איז דא נישט אקטועל אין ער זאל נישט פארדרייען דעם קאפ

קאפויער » 2/10/2011 21:25

אדמיראל, איך האב מיך אינטערעסירט, אין ברך משה וואוינען היינט 80% אהרונים דאס איז מער פערצענטואל ווי אין גאנץ שטעטל.

און ווען די ווילסט דיך אנעמען פאר יענקי, זאג עס אפן, מאך נישט יענעם אלץ זאלי, יענקי טוט פאר די זאליס מער ווי עני אהרוני קען. ער מאכט שאדן פאר די אהרונים מער ווי עני זאלי קען.

ויואמ_אמת » 2/10/2011 22:22

איך קען נאר אזויפיל צולייגן אז אויב דער רינדעכיגער איז אן ארוני וואלט ער נישט אויסגעפראקט היימישע שמיץ ברבים, דאס איז שוין אפילו עס איז אמת, עס איז קיין ספק דערין,

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:10

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:11

[בילד – נישט אפגעהיט]

רינדעכיגער » 24/10/2011 20:17

מיר נעמען ציזאם אינפארמאציע פון אלע קאסטעמערס וואס האבן געהאנדעלט מיט יענקי סופר כדי דער עולם זאל זען דעם קלארן בילד מיט וועם מען האנדעלט דא אין פארמיידן עגמת נפש פאר די צוקומפטיגע קאסטעמערס, אין אז מען וועט דאס נישט אפשטעלן בצייטענס וועט מען זיין צועק לשעבר,

איז ווער עס ווייסט אדער אליינס מיטגעמאכט עקספיריענס מיט יענקי סופר זאל ביטע אריינשיקן צו די פאלגענדע אימעיל:

whoisjacobsofer@gmail.com


קאפויער » 31/10/2011 20:26

באקומען אין אישי

היות איך האב נישט קיין רשות צו שרייבן, ביטע לייג דאס ארויף אויף היידפארק

די ווילידזש אוו ק"י האט א יערליכע קאנטראקט מיט די טאון אוו מאנרא הייוועי דעפארטמענט צו פיצן אלע ראודס וואס זענען אונטער די בעלות פון די ווילידזש. ווען א דעוועלעפאר בויעט א נייע ראוד געהערט עס נאכנישט פאר די ווילידזש. נאר נאכדעם וואס דער דעוועלעפאר טוט דאס איבערשרייבן צו די ווילידזש געהערט עס פאר די ווילידזש און דאן שטעלט זי צו אלע סערוויסעס: פאטהאלס פארעכטן, געלע ליינס ריסטרייפען, איבערמאכן די ראודס, שניי פיצן וכו'

רוב פון די דינוב ראוד איז פארטיג געווארן מיט אפאר חדשים צוריק. מיט עטליכע וואכן צוריק איז דער דעוועלעפאר געקומען אז ער וויל אהינגעבן די ראוד פאר די ווילידזש. אבער היות אז נאך די באוויסטע באנק/דעוועלעפאר סיכסוך איז מען שולדיג געבליבן פארן ראוד קאנטראקטאר א האלב מיליאן דאלאר און דער קאנטראקטאר האט געלייגט א ליען, קען די ווילידזש נישט איבערנעמען די ראוד ווילאנג ס'פארמאגט נישט א קלין טייטל.

האט זיך געמאכט א שאלה ווער גייט פיצן די שניי אויף די ראוד וואס ליגט ביין החומות. ביז היינט האט דער דעוועלעפאר דאס געפיצט, אבער יעצט האט ער אנגעהויבן לייגן דריק אז ער גייט מער נישט פיצן ווייל ער וויל דער ווילידזש זאל פיצען. די ווילידזש טענה'ט כל זמן די ראוד איז נישט איבערגעשריבן צו ווילידזש קען איך נישט דירעקטן מיין קאנטראקטאר (טאון אוו מאנראו) צו פיצן פריוואטע ראודס וואס איז נישט נכלל אינעם קאנטראקט.

נאכמער, ווען תושבי שכונות ברך משה האבן ארויפגעריפן א קאנטראקטאר צו אנהייבן בויען א גרויסן שול, האט דער היצטיגער דעוועלעפאר געשיקט א בריוו צום קאנטראקטאר'ס לאוער אז ס'איז זיין פריוואטע ראוד און דער קאנטראקטאר האט נישט קיין רעכט צו פארן דערויף.... אבער היות דער קאנטראקטאר'ס לאויער דינט אויך אלס דער אדוואקאנט פאר די טאון אוו מאנראו איז ער זייער באקאנט מיט די סטאטוס פון די ספעציפישע ראוד, און ער ווייסט קלאר אז דער דעוועלעפאר שרייט אז ס'איז "זיין" פריוואטע ראוד, און ער וועט קיינמאל נישט אויפסיינען אז די טאון זאל דאס פיצן.

צווישן די גאנצע געראנגעל, האט זיך אנגעריקט א פריצייטיגע שניי. היות די מענעדזשעמענט האט געזעהן אז קיינער נעמט נישט אחריות, האט ער מיט די געלט פון די תושבים'ס קאנדא טשארדזעס באשטעלט א קאנטראקטאר צו פיצן דאסמאל, און וועט צוריקבילן דעם דעוועלעפאר.
אבער דער דעוועלעפאר האט דאס אלעס פאראויסגעזעהן און האט צוגעגרייט דעם רבי'ן. ער האט פארגעסן צו אפדעטן דעם רבי'ן אז די תושבים האבן געהייערט א קאנטראקטאר און ס'איז יא געפיצט. אויך איז ער געלאפן צום רבי'ן אז מ'האט טאקע געפיצט אבער מ'האט נישט געגאסן זאלץ...


תוקן על ידי קאפויער ב- 31/10/2011 20:28:08

קאפויער » 2/11/2011 16:16

אזוי גייט עס, אז איך בין גרייט צו פאויסטן קעגן דעם געלט גייציגער חזיר יענקי סופר שיקט מען מיר אלעס וועגן אים.

באקומען אין אישי

yankee loses in court with distirct

קאפויער » 2/11/2011 16:16

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 2/11/2011 16:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 28/2/2012 18:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאפויער » 28/2/2012 18:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

שחמט » 28/2/2012 19:47

נעבעך, עס וועט ענק גארנישט העלפן, יאנקי האט חיים שלמה'ן אין טאש, און ער וועט ווייטער באקומען שיינע גרויסע פלעק'ס פונעם רבי'ן אין פתח תקוה און וועט ווייטער טיילן ענקער געלט און באקומען כבוד, ס'איז א קול קורא במדבר, א רחמנות אויף ענק. 

לאנצוט » 28/2/2012 20:30

שחמט.

מ'קען זיך היינט לייכט איבערצייגן צי די אידן אין ראוונע און חברון זאגן אמת? און אויב יא, איז א רחמנות אויף יעקב זוסמאן סופר, ווייל אלע דירות וועלן בלייבן ליידיג און קענען לייגן דערין די פלעק'ס מיט די דאנק בריוון פון חיים שלמה פישער וועמען ער האט אין טאש לויט דיינע ווערטער.

איך געדענק ווען חיים הערש ליימזידער האט געבויעט דירות און גרויסן און אלע האבן זיך אפגערעדט, איז ער געבליבן אן א קאסטומער'ס. דער רבי מיט פישער מיט פתח תקוה און די פלעקס וואס ער האט באקומען אין בני ברק קומען דא אריין גענוי וויפיל די נוקלער פלענט אין איראן אדער די שחיטות אין דארפור באלאנגען דא.


שחמט, ביסט עהרנפול מכובד צו ענטפערן, אויב דו האסט וואס.

פאפיטעס » 28/2/2012 21:44

עס איז מן הסתם אויך, אז יעדע מעשה האט צוויי זייטן.

און בכלל איז א זעלטענהייט אז א קונה זאל דאנקבאר זיין פאר זיין מוכר, נאכדעם וואס דער מוכר האט גענומען פונעם קונה די עטליכע פאר הונדערט טויזענט דאלער בלוטיגע געלט, האלט דער קונה אז עס קומט אים א גאלדענע דירה עד הסוף.

איך ווייס נישט צו דא איז אויך אזוי, צו נישט, אבער איין זאך פאר שטיי איך נישט פארוואס רופן זיי נישט סופר צו דין תורה, איך זעה נישט קיין וועג ווי אזוי סופר זאל זיך קענען ארויס דרייען פון זיך שטעלן לדין.

שחמט » 28/2/2012 22:59

הרב לאנצוט, די תושבי ראוונע-חברון זענען צובראכן אויף שברי שברים, זיי פארלאנגען נישט קיין נדבות, און אוודאי נישט קיין גאלדנענע דירות, זיי פארלאנגען פשוט אז דאס וואסער זאל נישט אריין דרינגען אין די בעיסמענטס, אז די סוכה אינטער די סקיילייטס זאל נישט דארפן נאך א שלאק זיך צו באשיצן פון טל ומטר, זיי ווילן אז די היטינג זאל זיין גענוי לויט די פארשריפטן וואס מען האט זיי צו געזאגט און נישט מען זאל דארפן צולייגן עלעקטריק אייוועלעך אין די שטיבער, און נאך אפאר נארמאלע פארלאנגן אויף וואס זיי זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט, איז דאס אסאך געבעטן? מיין ברודער וואס וואוינט דארט שרייט אז נישט, אדרבה כאפ נאר א שמועס מיטן רבינס יואלי, וואס איז באוויסט אלץז א איידעלער נישט קרוגערדיגער מענטש וועסטו הערן פרטים אז די האר וועט זיך דיר אויפשטעלן פון קאפ, לא בחינם שטייען רוב דירות ליידיג אין ראוונע-חברון שכונה, אבער דער יאנקי סופר האט גענוג געלט און וועט ווארטן ביז עס וועט זיין דער מצב פון יכלו הדירות מן השוק און דער עולם וועט ווערן דעספערעט און דאן ווען ער טרעפן אפאר סאקערס וואס וועלן ליידער אריין פאלן מיט דעם נוכל, אויב יונה עסטרייכער האט געקענט פארקויפן זיינע דירות אין וויליאמסבורג בשעת ווען דער עולם איז געווען זייער דעספערעט פאר דירות, וועט יאנקי סופר אויך קענען פארקויפן זיינע דירות, און דער ציבור וועט קענען שרייען חי וקיים, ואין פודה ומציל, מאני טאקס! יעדע וואך פליט אריין א טשעקל אין די קעשענע פון חיים שלמה, און יאנקי שטייט און לאכט פון די אלע צובראכענע קאסטעמערס. גלייבסט נישט? פרעג גדלי' סעגעדין!

לאנצוט » 28/2/2012 23:47

שחמט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב לאנצוט, די תושבי ראוונע-חברון זענען צובראכן אויף שברי שברים, זיי פארלאנגען נישט קיין נדבות, און אוודאי נישט קיין גאלדנענע דירות, זיי פארלאנגען פשוט אז דאס וואסער זאל נישט אריין דרינגען אין די בעיסמענטס, אז די סוכה אינטער די סקיילייטס זאל נישט דארפן נאך א שלאק זיך צו באשיצן פון טל ומטר, זיי ווילן אז די היטינג זאל זיין גענוי לויט די פארשריפטן וואס מען האט זיי צו געזאגט און נישט מען זאל דארפן צולייגן עלעקטריק אייוועלעך אין די שטיבער, און נאך אפאר נארמאלע פארלאנגן אויף וואס זיי זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט, איז דאס אסאך געבעטן? מיין ברודער וואס וואוינט דארט שרייט אז נישט, אדרבה כאפ נאר א שמועס מיטן רבינס יואלי, וואס איז באוויסט אלץז א איידעלער נישט קרוגערדיגער מענטש וועסטו הערן פרטים אז די האר וועט זיך דיר אויפשטעלן פון קאפ, לא בחינם שטייען רוב דירות ליידיג אין ראוונע-חברון שכונה, אבער דער יאנקי סופר האט גענוג געלט און וועט ווארטן ביז עס וועט זיין דער מצב פון יכלו הדירות מן השוק און דער עולם וועט ווערן דעספערעט און דאן ווען ער טרעפן אפאר סאקערס וואס וועלן ליידער אריין פאלן מיט דעם נוכל, אויב יונה עסטרייכער האט געקענט פארקויפן זיינע דירות אין וויליאמסבורג בשעת ווען דער עולם איז געווען זייער דעספערעט פאר דירות, וועט יאנקי סופר אויך קענען פארקויפן זיינע דירות, און דער ציבור וועט קענען שרייען חי וקיים, ואין פודה ומציל, מאני טאקס! יעדע וואך פליט אריין א טשעקל אין די קעשענע פון חיים שלמה, און יאנקי שטייט און לאכט פון די אלע צובראכענע קאסטעמערס. גלייבסט נישט? פרעג גדלי' סעגעדין!


שחמט, איך פרעג זייער א נארמאלע  פראגע.

אויב איז דאס א אישו פון סערוויס אז ער בארויבט אלע מענטשן וועלכע האבן ביי אים דירות, דאן איז ביי מיר גאנץ קלאר און פארשטענדליך אז אלע זיינע דירות וועלן בלייבן ליידיג, פוסט און לער. פישער אדער סאטמאר רבי קענען אים גארנישט העלפן.

פינקט ווי פאר חיים הערש ליימזידער האט נישט געהאלפן אז ר' עזריאל גליק איז זיין שוואגער.

ממילא פרעג איך נאכאמאל: ווי קומט דא אריין פישער אינעם פיקטשער?
לאזט נישט פישער אז מ'זאל אים רופן צו דין תורה? מה אתה מדבר?

שחמט » 29/2/2012 00:29

זיינע דירות וועלן בלייבן ליידיג? זיינע דירות זענען ליידיג! אריבער דריי פערטל פון זיינע דירות שטייען פוסט און ליידיג, אבער דאס ברעכט נישט דעם שטאלצן יאנקל, ער האט גענוג און נאך געלט דאס אריבער צו טראגן, קיין דין תורה וועט דא ליידער נישט העלפן, ווייל דער יאנקל סופר מיט זיינע ברייטע טאשן וועט שלעפן די דין תורה יארן לאנג און ארויס שלעפן פון די אויסגעזעקלטע תושבים דעם לעצטן פיאסטער, זיי זענען שוין אצינד מלא חובות און א דין תורה לויט די היינטיגע אומשטענדן איז ליידער נישט ריאליסטיג, זיי האבן פארלאנגט פונעם ווילידזש אביסל יושר, און ר' גדלי' סעגעדין האט זיך פראבירט צו צושטעלן צו די באעוולטע תושבים, ביז ער איז ליידער אפגעשטעלט געווארן ביי... יו געסט איט! און דא קומט אריין פישער!!!, געט אפ ענד סמעל די קאפי, דו ביסט געווענדליך א נבון, א מבין דבר מתוך דבר, און דא עקסט דו ווי א תמים,    

לאנצוט » 29/2/2012 00:42

שחמט,
איך נעם זיך נישט אן פאר יאנקי סופר, אבער איך האב צו זיין רעליסטיש.
איך קען זיך זייער גוט אויס אין די דירות מארקעט ביים היימישן ציבור, פון מאנסי, קרית יואל, וויליאמסבורג און בארא פארק און פלעטבוש.

איך קען אסאך קעיסעס פון דעוועלאפער כהיום יום וועלכע האבן בארויבט היימישע אידן מיט מיליאנען דאלער, און די גניבה גייט נאך אן עד היום הזה.

איך קען א דעוועלאפער וועלכער האט גענומען ביז א האלב מיליאן דאלאר פון אידן עטליכע יאר צוריק, און קיינער פון די צעבראכענע אידן האט נישט קיין דירה היינט צו טאג און נישט קיין אויסזיכטן ווען די גניבה וועט קומען צו אן ענדע. און דאס איז אן דעם פישער מיט די לאנגע הענט.

לענין:

דו זאגסט אז סופר האט טיפע טאשן און האט נישט מורא אז מ'וועט נישט קויפן זיינע דירות. אפשר ביסטו מסביר וויאזוי? פארוואס קענען די אנדערע דעוועלפאר נישט בויען אין גרויסן און זייערע דירות וועט מען כאפן, און סופר'ס נישט? פארוואס? און וואס האט דאס מיט פישער?

צווייטנס: וואס קען גדלי' סעגעדין טון אז דער דעוועלאפער מאכט שוואכע סטיעם וכו', די ווילידזש קומט אריין נאר אז מ'בויט קעגן די קאוד, אזוי מיין איך.

דריטנס, זאגסטו אז סופר וועט שלעפן א דין תורה יארן לאנג, דאס ביזטו גערעכט, אבער איך גלייב שווער אז פישער האט דא א ראלע אז א דין תורה זאל זיך שלעפן, ווייל די רבנים זענען די וועלכע האבן אן אינטערעס אז א דין תורה זאל זיך שלעפן, נישט דער בעל דין.

נ.ב., איך האב מיט פישער, פונקטליך וויפיל איך האב געהאט מיט ר' יוסף אשכנזי ע"ה.

שחמט » 29/2/2012 01:20

א פרעדיקשאן אדער א סברה, דארף א הסבר, אבער ווען מען רעדט פון א מציאות דארף מען נישט קיין שום הסברים, דער פאקט איז אז יאנקי סופר האט געפארטיגט זיינע דירות אויף ראוונע און חברון אריבער דריי יאר צוריק, און רוב רובם שטייען ליידיג, וויאזוי ער האלט ער דאס אויס? דארף זיין אז ער האט גענוג געלט, אבער למעשה איז נישט קיין נפקא מינה וויאזוי ער האלט דאס אויס, דער מציאות איז אז ער האלט דאס אויס, ער האט אויסגעקויפט יודי ג''ב צו ביושר צו שלא ביושר אבער הכסף יענה את הכל, ער מאכט דארט געלט און ער האט גענוג געלט, און איז בכח דאס אויסצוהאלטן, דאס איז דער מציאת הדברים, יעצט ווי פישער קומט דא אריין, פארשטייסט אליין אז דאס איז זייער האקל, מען דארף זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים, אבער וואס טוען אידן וואס שפירן זיך באעוולט? זיי לויפן צו די עסקנים, זיי לויפן צום רבין, זיי לויפן צו ר' אברהם וויעדער, זיי לויפן צו ר' גדלי' סעגעדין און זיי שרייען און וויינען, און ווען אימער מען האט זיך געוואלט אנעמען פאר די תושבים זענען זיי כסדר צוריק געקומען און געזאגט אז ס'איז נישט בידם, זיי קענען ליידער גארנישט טון, און יא! יאנקי האט געבויט צענדליגע זאכן שלא לפי הקאוד, און ווען ר' גדלי' סעגעדין האט עם פארגעווארפן איז ער שנעל שטיל געווארן דורך... יא! ר' חיים שלמה, צו איך בלעים חיים שלמה'ן? ניין! ווייל רעאליסטיש גערעדט, השוחד יעוור, און מן הסתם ווען יאנקי זאל מיר געבן דאס געלט וואס ער גיט פאר חיים שלמה וואלט איך מיך אנגענומען פאר עם, און חיים שלמה וואלט געשריגן, סא, די טענה איז צו יאנקל סופר, ווייק דיך נישט אין בלוט פון דיינע קונדען, טייל נישט צדקה מיט בליטיגע געלטער, האסט עפעס צו ענטפערן? אדרבה, לאמיר הערן, די תושבים האבן שוין געשריבן צו עם צענדליגע בריעוון, מיט חתימות פון רוב תושבים ובתוכם הרב רבי יואל טייטלבוים בן רבינו שליט''א, און אין קול ואין עונה, ער גייט אזוי מיטן קאפ ארויף און לאכט זיך אויס פון יעדן, און דאס קען ער נאר טוהן ווייל ער האט חיים שלמה'ן אין די קעשענע. דאס איז ליידער דער ביטערער מציאות. 

שחמט » 29/2/2012 01:30

לאנצוט, כאפ נאר א בליק אויפן צווייטן בלאט פון דעם דאזיגן אשכול ווי א ניק מיטן נאמען רינדעכיגער האט אראפ געברענגט א בריעף וואס די תושבים האבן געשריבן פאר יאנקי סופר און פארן ווילעדזש מיט אלע פרטים פון די עוולות פון יאנקי סופר און אין קול ואין עונה, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, יעדער האט מורא אימת מוות דאס אן צו רירן, פארוואס? זאג דו אליין,

דייקן » 29/2/2012 02:16

שחמט, דו האלטסט טאקע אז דער אשכול איז די ישועה אביסל צו הייבן אייער קאלמוטנע מצב?!

אויב יא, בכל הכבוד.

שחמט » 29/2/2012 17:04

אונזער מצב איז ב''ה זייער גיט, דער פראבלעם איז דער מצב פון תושבי ראוונע/חברון וואס רוב רובם זענען אהרונים, זייער מצב איז ביטער.

לאנצוט » 29/2/2012 18:17

שחמט.

איך געדענק ווען א אנגעווייטאגטער קרית יוא'לער איד האט מיט יארן צוריק אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק ברבים פאר ר' משה (מאנרא'ער) פריעדמאן (געוועזענער ראש הקהל אין קרית יואל), פאר'ן אים בא'עוול'ן מיט א דירה.

דאס איז געווען ווען ר' משה פריעדמאן איז נאך געווען באלעבאס, אפשר וואלסטו דעמאלט געזאגט אז ר' יוסל אשכנזי איז שולדיג געווען דערין? אלס ווערן נעבעך מענטשן בא'וועל'ט. אבער צו גיין זאגן אז פישער איז שולדיג איז ווייל  מ'איז שוואך אין דין תורה קעגן סופר, בלעימט מען אנדערע אין די צרות.

איך האב מיטלייד מיט די אידן, אבער זיי האבן איין אויסוועג, גיין צו דין תורה, און אים גוט אויסשמירן. בלעימען אנדערע האט שוואכע שאנסן מצליח צו זיין.

שחמט » 29/2/2012 19:43

וויפיל מאל דארף איך איבער שרייבן אז מיר שפילן נישט קיין בלעימינג געים, איך בלעים נישט חיים שלמה פישער ווייל דאס איז דער נאטור פון קיחת שוחד, און איך וואלט נישט בעסער געווען, איך בלעים איין איינציגן פערשוין, דאס איז יאנקל סופר, ער באד זיך אין אידיש בלוט, און נאכאמאל, דין תורה איז קיין אפשון, ווייל יאנקל סופר מיט זיינע שלמונים וועט דאס שלעפן און די תובעים וועלן פארלירן נאך מער געלט, און דאס איז זייער ריאליסטיג גערעדט, איך וואלט זיי געראטן צו גיין אין ערכאות, ווי דער דין איז מיט א גבר אלים, אבער איך בין נישט קיין צד צו דעם סכסוך, איך נעם מיך נאר אן פאר די פארצווייפעלטע תושבים וואס האבן זיך נעבעך אויס גערעדט דאס הארץ ווען איך בין דארט געווען אויף א שבת אויף א שמחה משפחתית, ס'איז א שאנדע און א חרפה אז אפילו די וואס ווילן באמת העלפן שטייען נעבעך מיט פארבינדעטע הענט, השם ירחם.

געגאנגען » 1/3/2012 20:03

שחמט, איך וואלט דיך ווען אפשר געגלייבט, ווען דו פרובירסט נישט אריינצומישן 'פישער' אין בילד. און דערצו נאך זיך אננעמען פאר די 'בעוולטע אהרונים'.

איך ווייס נישט וואס די מעשה דארט איז, אבער דיין פארוואנדלען די טעמע אין א פאליטישע שמעקט זייער נישט גוט.
בלאט: 1 2