היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מי כעמך!! באשיידענע פדיון שבויים אקציע ברענגט אריין ריזיגע ג...

מי כעמך!! באשיידענע פדיון שבויים אקציע ברענגט אריין ריזיגע ג...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2917141

מנחם_מענדל » 25/9/2011 23:09

מי כעמך!! באשיידענע פדיון שבויים אקציע ברענגט אריין ריזיגע געלטער אין איין טאג
ווי עס איז יעדן באקאנט איז דער שר העסקנים פונעם יהדות החרדית הרה"ח ר' ארי' לייב גלאנץ אריינגעדרייט געווארן אין א שרעקליכע פלאנטער, נאך א שוידערליכע מסירה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך א היימישער (?) איד רח"ל, קעגן זיינס א ברודער, און זייענדיג דער געוועזענער אדמיניסטראטאר פון יו. טי. עי. איז ער אויך אינעם קלאגע, און עס ווארט אין א שווערן משפט צוליב זיינע לייסטונגען לטובת אידישע קינדער.

די פארגאנגענע וואך האט איינער פון די עסקני אנ"ש אינאיינעם מיט ר' ארי' לייב זיך צוזאמענגעזעצט מיט א גאר גרויסן לויער, אים אויפצונעמען אויף דעם קעיס.

דער לוער האט פארלאנגט די ערשטע זאך, ווי דער שטייגער איז ביי די גרויסע לויערס, אז ער דארף אויפן פלאץ פון פאראויס 100 אלפים, און דערנאך נעמט ער אן די קעיס און הייבט אן דעם פראצעדור.

דער עסקן האט זיך גלייך געוואנדן צו רבינו שליט"א איבער די נחיצות צו שאפן דעם פאנטאסטישן סכום נאך פאר ראש השנה, כדי צו קענען צוגיין צו די זאך וואס פריער.

די רבי האט אריבערגערופן איינער פון די נדיבים בעם אין קרית יואל, הר"ר חיים טאגער, און אים ממנה געווען ער זאל אנפירן מיט א פדיון שבויים קאמפיין צווישן די נגידים אין קרית יואל.

דאנערשטאג פארנאכטס איז ר' חיים ארומגעגאנגען צו אלע נגידים אינדערהיים בשליחות פונעם רבין, און עס האט זיך יענע נאכט צוזאמענגעשטעלט די סומע פון 70 טויזנט דאלער!!!

מי כעמך ישראל.

אצינד איז צו האפן אז אויף ביז ר"ה וועט מיט די הילף פון די נדיבים אין וויליאמסבורד זיין גענוג ברייט געלט צו קענען דעקן דעם לויער מיט א פלוס, און דער זכות אליינס וועט זיכער ביישטיין פאר אלע באטרעפנדע אינעם קלאגע צו ווערן פרייגעלאזט פון אלע מסירות און אנקלאגעס.

היראים » 26/9/2011 02:08

מען דארף נישט עפענען אשכול פאר יעדע געבעקס וואס זיי שפייזן זייערע מענטשן
אויב וועסטו עפענען פאר יעדע שקר זייער וועסטו נישט ענדיגן

עס איז נאר אינטערסאנט צו וויסן וואס זיי האבען פין די אלע באבע מעשיות???
זיי לעבן אין אזא מאדנע וועלטל

סאטמארבילד » 26/9/2011 18:13


און נאכמער די אקציע איז געווען באשיידן פארוואס מאכסטו פון דעם א פירסום?

monroe06 » 26/9/2011 19:21

די מעשה איז נישט געווען ווי עס שטייט דא און אוודאי נישט ווי די זאליס וואלטען געוואלט עס זאל זיין

מנהל ביטע אראפנעמען