ווי איינע פון די גבאי ביהמ"ד האט מיר היינט געזאגט, איז די וואך צוגעלייגט געווארן פרישע הונדרעטער זיצן, און ביהמ"ד הגדול לכבוד די הייליגע טעג, דאס איז נאכדעם וואס אנפאנג וואך האט מען זיך געזען ליידיג פון זיצן, אבער דער עולם שטייט אין גרויסע שורות און ווארט צו קויפן.
האט זיך ר' זלמן לייב שמש דביהמ"ד הגדול, צוזאם געזעצט מיט די עסקני וסדרני קהילתינו, בראש פון דער געניטער עסקן ר' אייזיק דאסקאל, און זיי האבן קינצעלדיגערהייט אריינגעשטופט פרישע הונדרעטער זיצן, כדי נאכצוקימען דעם געברויך,
ווי דער אויבן דערמאנטער גבאי זאגט מיר איז, אז זייט די ביהמ"ד איז געפענט געווארן מיט פערציג יאר צוריק, איז נאך קיינמאל נישט געווען אזויפיל זיצן אין ביהמ"ד הגדול, און דאס יאר איז רעקארד ברעקינג מיט די נומבער פון זיצען.
פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נישט קיין חידוש, ווייל די עולם ציוואקסט זיך פין יאר צו יאר, אבער מ'דארף צוקענטעניס נעמען, אז א גרויסער חלק פונעם ציבור איז די לעצטיגע יאר צענדליק זיך אוועק געגאנגן פון ביהמ"ד, זיכענדינג זיך בעסערע גליקן ביים ווינקעל פון ווילימוסבורג, אבער מיט דעם אלעם האלט מען דאס יאר ביים רעקארד ברעקינג.
זאל די אייבירשטר שטיין צום רעכטען זייט פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט, אז ער זאל קענען מיט זיינע תפילות אויס פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל, און א כתיבה וחתימה טובה.
תוקן על ידי אייזנער ב- 23/09/2011 03:15:38