איין שמחה ברענגט די צווייטע, קוים וואס די ווילידזש קען זיך א עצה געבן מיט משה לייב וויטריאל, וואס איז זיי יעצט ווי א ביין אין האלז וואס זיי קענען נישט אראפשלונגן און נישט אויסשפייען, קומען באריכטן אז די צווייטע טעג יום טוב הייבט זיך יעצט אן אין די הצלה קרית יואל.
ווי באקאנט האט דער ווילידזש געהאט צוויי דיקטאטארן וואס זיי האבן געשטעלט אנצופירן מיט די ארגענעזאציעס אין קרית יואל, משה אהרן שטיינבערג מיט די הצלה און משה לייב וויטריאל מיט די פובליק סעפטי.
משה לייבס פעקל איז שוין ברייט באקאנט, און דער ווילידזש פרובירט מיט אלע מיטלען לויז צו ווערן פון אים, אבער אן ערפאלג. ער סטראשעט אז אויב וועט מען אים יעצט ארויסשטויסן פון זיין פאזיציע וועט ער זיך עפענען א מויל קעגן די ווילידזש פירער און דערציילן אין געריכט די באפעלן וואס ער האט באקומען פון זיי טעגליך צו דיסקרימינירען די איינוואוינער, א זאך וואס די ווילידזש האט שטארק נישט חשק (בלשון נקי) אז דאס זאל פאסירן ווען דער בני יואל קעיס קומט יעצט פאר אין פעדעראלען געריכט.
א צווייטע פרשה קאכט זיך אין די טעג אין ווילידזש ווען משה אהרן שטיינבערג האט באשיינפערליך זיך אפגעזאגט פון ווייטער פירן די קרית יואל הצלה, נאכדעם וואס דער ווילידזש האט אים אנגעהויבן געבן צופיל דעות בעניני הנהגה און ער האט זיך קעגנגעשטעלט, די וואך האט משה אהרן געמאלדן פאר די ווילידזש אז זיי זאלן זיך רישן אויף זיין רעזיגאנציע, און דאס ברענגט אויך נישט קיין סאך נחת פארן ווילידזש.
א דריטע פרשה איז אין די מעקינג, ווער עס זאל איבערנעמען אברהם ווידער אלס מעיאר ביי די קומענדיגע וואלן. אברהם ווידער האט מערערע מאל קלארגעשטעלט אז דער דאזיגער טערמין איז זיין לעצטער אין אמט, און עס האט זיך אנגעהויבן א זוך אקציע נאך א פרישע קאנדידאט. אבער דא האבן די צענדליגער פראקציעס אינערהאלב די אהרונישע פארטיי בשו"א זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א קאנדידאט, ביז בא חכם אחד און פארגעשלאגן אז מ'זאל נעמען ארי' לייב גלאנץ, וואס ער האט דאך דעם פאליטישן חן און גליטשיק צונגל, אויבנאויף האבן אלע צדדים מסכים געווען און איינגעגאנגן אויף ארי' לייב'ן.
יעצט האט זיך אבער אנגעהויבן דער פרישער קעיס אויף ארי' לייב, וואס דאס איז דער סתימת הגולל פון זיין פאליטיש לעבן לכאורה, האט דער מחלוקה פריש אויסגעבראכן בתפארתו ווער עס גייט ממלא מקום זיין אברהם ווידער, די צדדים האמפערן זיך שוין אויף הויעכע טענער, און עס זענען ערווארטעט גאר פרייליכע צייטן אין די ווילידזש אוו קרית יואל.