היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הזורעים בדמעה: עזרת ישראל לילדי תימן ראטוועט 21 נפשות

הזורעים בדמעה: עזרת ישראל לילדי תימן ראטוועט 21 נפשות

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2914505

היראים » 9/9/2011 21:36

עזרת ישראל להצלת ילדי תימן ראטעעועט ארויס 21 נפשות פון תימן קיין ארגענטינא

אין די לעצטיגע טעג האבן די מסי"נ הנהלה פון מוסד הק' עזרת ישראל סניף לאנדאן באוויזן דאס אומגלויבליכע, ווען נאך לעגערע השתדלות און אינטערווענץ פון די עסקנים איז געלונגען ארויסצוראטעווען 21 נפשות פון עטליכע משפחות פון תימן קיין ארגענטינא ווי מען האט זיי שוין בס"ד פלאצירט אין די ארטיגע מוסדות התורה.

 

די שווערע הארעוואניע פון די עסקנים גייען שוין אהן א שטיק צייט, און איז געפירט געווארן אויף א גאהר שטילע און מייסטערהאפטיגע אופן וועלכעס איז די גאנצע צייט אויסגעפירט געווארן בהתייעצות ובפקודש מרן רבינו שליט"א אויף טריט און שריט.

 

אצינד בחסדי ה' איז דער מיסיע געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס, און איז צו פארדאנקען די געטרייע הנהלת מוסד עזרת ישראל לילדי תימן סניף לאנדאן וועלכע האבן דערין אריינגעלייגט אומערמידליכע כוחות אויסצופירן מן הכח אל הפועל בס"ד.

•♦•

 

היראים » 9/9/2011 21:37

הנהלת מוסד עזרת ישראל קומט אהן קיין ארגענטינא מיט

21 ארויסגעראטעוועטע נפשות פון תימן

ווערט געזעהן מוה"ר אליזער לעוו הי"ו מראה"ק אין לאנדאן

פון די אנפירער פון מוסד עזרת ישראל

♦♦♦

מנחם_מענדל » 11/9/2011 17:11

מען קען הערן א אינטערוויו מיט הר"ר אליעזר לעוו פון לאנדאן, ממנהלי עזרת ישראל, איבער אלעס ארום די סוקסעספולע רעטונג אקציע אויף די נפשות, און די פלענער אויף ווייטער.

212-444-9899 עקסטענשן 12

-

Follow KolSatmarText on Twitter