היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנקעטע: וועט ח"ו זיין א טעראר אטאקע סעפטעמבער עלעווען?

אנקעטע: וועט ח"ו זיין א טעראר אטאקע סעפטעמבער עלעווען?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2914402

סעלפאן » 9/9/2011 06:45

מייק בלומבערג און פאליציי קאמישאנער רעי קעלי האבן היינט ביי א פרעסע אויפטריט געמאלדן איבער א ריזיקע וועגן א פרישע טעראר אטאקע די קומענדיגע טעג דורך על קאידא אין די צייט ווען די אלוועלטליכע וועלט און אמעריקע בפרט וועט אפצייכענען צעהן יאר זינט די שוידערליכע טעראר אטאקעס ווען בארבארישע טעראריסטן האבן בשליחות פונעם טרויעריג בארימטע שוין היינט טויטע שין דלת אסאמא בין לאדין אריינגעפירט עטליכע עראפלאנען אין ריזן געביידעס אומברענגענדיג נאנט צו דריי טויזענט מענטשן.
 
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס ווערט ארויסגעגעבן א ווארענונג איבער א בעפארשטייענדע טעראר אטאקע אבער יעצט ווען עס ווערט אפגעצייכנט די סימבאלישע נומער #10, האט מען מער מורא אז דאסמאל איז עס שוין גארנישט קיין דזשאוק.
 
יעדער ווערט טאקע אויפגעפאדערט אויסצופאלגן די ווערטער וואס איז איינגעקריצט ביי יעדן קינד IF YOU SEE SOMETHING SAY SOMETHING.
 
אזוי אויך וואלט איך געוואלט דורכפירן א אנקעטע ווער עס האלט אז עס וועט גארנישט פארקומען.

געלע_באס » 9/9/2011 22:36

מיין וואט,

סגייט גארנישט פארקומען

סעלפאן » 12/9/2011 06:34

געלע_באס האט געווינען.

געלע_באס » 20/9/2011 05:52

שכוח

סעלפאן » 20/9/2011 06:14

שכוח פאר דיר פארן אנטייל נעמען אין די וויכטיגע אנקעטע.