היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קברי מוסלמים אינם הפקר!!! (ראש העין)

קברי מוסלמים אינם הפקר!!! (ראש העין)

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2914127

FiveBoro » 7/9/2011 22:33

אין די טעג גייט אן א העפטיגע מערכה דורך די בארימטע הפגנה-ארגאניזאציע "אתרא קדישא" קעגן די שענדליכע אקט וואס ווערט דורכגעפירט אין די שטעטל ראש העין, וואו עס ווערט רח"ל אויסגעגראבן א בית הקברות פון מוסולמענער פגרים.

ומעשה שהיה כל היה.

מיט א צייט צוריק איז די ועד למניעת חילול קברי ישראל אינפארמירט געווארן (דורך די רעגלמעסיגע פעקסעס וואס זיי ערהאלטן פון יעדע פלאץ וואו די ארכילאגן גייען אריין) איבער א שטח אין בת עין וואו די שטאטראט וויל דארט בויען, און זיי האבן אריינגערופן די ארכילאגן, און עס איז דא דארט א בית הקברות.

דער מומחה פונעם ועד איז אנגעקומען צום פלאץ, און זיך תיכף איבערצייגט אז עס רעדט זיך פון א מוסולמענישער באגרעבעניש ארט. די עסקני הועד האבן אנגעפרעגט ביי זייערע רבנים, הגר"מ שטערנבוך שליט"א ראב"ד, און הגר"נ קרליץ שליט"א, און ווי פארשטענדליך האבן זיי געזאגט אז מען זאל אפלאזן דעם שטח, און זיך נישט קריגן אויף קברי עכו"ם.

מיט בערך צוויי וואכן צוריק, האט דער ועד באקומען א ידיעה אז אויסער די בית הקברות, איז אויך געפינען געווארן דארט א "מערה", א מערת קבורה אין וואס עס קען מעגליך זיין אלטע אידישע קברים.

די משגיחים זענען תיכף אהין געגאנגען, און מודיע געווען פארן ראש העיר (דער בעה"ב פונעם פראיעקט) אז די מערה קען האבן קברי ישראל און דאס טאר מען נישט צורירן, און ער האט מסכים געווען. די ארכילאגן זענען אנגעזאגט געווארן, אז אויפן פלאץ פון די מערה וויל דער בעה"ב נישט בויען, און זיי זאלן דאס נישט רירן, און א משגיח פונעם ועד איז דארט מפקח דערויף.

היות די משגיח פארט אהין, איז אתרא קדישא געוואויר געווארן פון דעם פלאץ, אזוי ווי די לעצטע שטיק צייט וואס אייזיק ווייס פון א"ק פארט נאך די משגיחים און לויט דעם ווייסט ער וואו עס איז דא א ערליכע השגחה און ער קען רופן אתרא-אינגעלייט שרייען שודדים..

זיי האבן אנגעהויבן פארופן הפגנות, יעדן טאג קומען אן אונטער 20 אינגעלייט, און נעמען זיך אן פאר די כבוד פון די מוסולמענער פגרים.

די וואך האבן זיי אנגעהויבן לויפן צו רבנים, און בעטן מען זאל ארויסקומען מיט א מחאה גדולה מיט חתימות קעגן די חילול קברים אין ראש העין. זיי זענען געווען ביי בי"ד אין ירושלים, און בי"ד האט זיי מקבל פנים געווען מיט א צאתכם לשלום.

נעכטן זענען זיי אנגעקומען צום בי"ד פון הגר"נ קרליץ, און פארפירט היתכן ער לאזט דאס צוה. ר' נסים האט זיי געזאגט אז ער וועט שיקן היינט איינעם פון זיינע רבנים, הג"ר שבח ראזנבלאט, וועלכער איז א גרויסער מומחה אין קברים, און ער וועט זעהן וואס דארט טוט זיך, און זיי זאלן אים ווייזן וואו מען גראבט און וואו מען זעהט אידישע קברים.

זיי האבן אנגענומען די פלאן, און עס איז געווארן באשטימט אויף היינט אינדערפרי אז ר' שבח זאל אנקומען דארט אינאיינעם מיט זיי.

היינט אינדערפרי, איז ער אנגעקומען דארט, איז ער אפגעווארט געווארן דורך 20 אינגעלייט וועלכע האבן זיך גענומען פראטעסטירן קעגן אים זעלבסט! און אים באשייגעצט אז ער ארבעט מיט מיט די מחללי קברים די ועד למניעת.

האט ער זיי געבעטן, א רגע א רגע, מען האט דאך מיר געזאגט אז מען גראבט דא קבריםאון איך זאל זאל קומען זעהן, יעצט בין איך דא, איך זעה דא א בית הקברות פון מוסולמענער, איך זעה דא א מערה וועלכע ווערט נישט צוגערירט, וואס נאך ווילט איר?

האבן זיי אים באשריגן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיךמיט זיך, יחזקאל קאלמאנאוויטש (ראש הטעראריסטן) איז אליינס דא געווען און באשטעטיגט אז דא גראבט מען קברים!

אלזא, צאו והפגינו!!!...

FiveBoro » 7/9/2011 22:38

שלא באותו ענין:

הגאון ר' דוד מיכאל שמידל ממנהלי אתרא קדישא, ביי די חתונה פון א קינד פון מאיר פרוש, די וואך.

[בילד – נישט אפגעהיט]

מלך_מלכים » 7/9/2011 22:55

גראדע בין איך באקאנט מיט די מעשה פרזענליך, סרעדט זיך פון א ביה"ח פון בערעלעך, קלאר, אליינס געזעהן, דריי נישט קיין קאפ ציט מוסלימענער.

FiveBoro » 7/9/2011 23:16

מלך, ביסט מכובד אנצורופן ענקער שמוציגע התאחדות האטליין, און הערן א הודאת בעל דין.

ער טענה'ט דארט אז עס שטייט די וואך אין רמב"ן אז מען טאר נישט גראבן קברים פון גויים!! (איינער האט געזאגט אז מען מעג?..)

סטראבערי » 7/9/2011 23:20

מלך איז גערעכט, און די צווייטע העלפט ביה"ח איז מאָנקיס (פון די שימפנאַזיע פאמילע)

FiveBoro » 8/9/2011 00:44

בילדער פון איינע פון די קברים אינעם מוסולמענער בית הקברות,

בילד קרעדיט: יצחק ווייס - אתרא קדישא.

(מערקט ווי זיי זענען שכוב כדרכו...)

[בילד – נישט אפגעהיט]


FiveBoro » 8/9/2011 00:53

צו וויסן וואס עס הייסט יא "שכוב כדרכו", קען מען קוקן אויף די בילדער פון שמעון בן שטח, וואו די ארכעלאגן פון אתרא קדישא האבן אויסגעגראבן פון דארט קברי ישראל:


 

[בילד – נישט אפגעהיט] 

סטראבערי » 8/9/2011 03:42

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בילדער פון איינע פון די קברים אינעם מוסולמענער בית הקברות,

בילד קרעדיט: יצחק ווייס - אתרא קדישא.

(מערקט ווי זיי זענען שכוב כדרכו...)

[בילד – נישט אפגעהיט]




טיפשות האט אויך א שיעור.
אז מ'האט דעם גלגל ברגראבן אזוי ווי מ'זעהט אויף דעם בילד, ווי האט זיין קערפער און פיס געפיט?
(ס'ליגט כאילו מיט'ן קערפער אויף ארויף און גלייך העכער דעם האלז איז שוין די דאך פון די באגרעבעניש...)

FiveBoro » 8/9/2011 05:39

און פארוואס פאלט דיר ביי אז זיי האבן בא'ערדיגט גאנצע גופים?

עניוועי, א שאד צו טענה'ן איבער א זאך וואס אתרא לייקנט ניטאמאל, ס'איז ניטאמאל תלוי בספק, ס'איז א קלארע מוסולמענער בית הקברות, די איינציגע אישו וואס איז באמת דארט פארהאן איז די מערה, וועלכע מען רירט טאקע נישט ציה, אדאנק די געלונגענע ארבייט פון די ועד למניעת.

חוץ מזה שרייט יעצט אתרא אויך, אז מען טאר נישט גראבן קברי עכו"ם, און די חטא פונעם ועד למניעת איז דא, אז זיי "גראבן בידים" (אזוי? א בילד ביטע) די קברי עכו"ם. איך האב געגעבן א אדרעס וואו מען קען הערן זייער טענה זייער קלאר.

מיין איינציגע פארבליבענע שאלה איז נאר, פארוואס קברי ישראל (שמעון בן שטח \ נשר) מעג מען ענדערשט אויסגראבן (רח"ל) ווי מוסולמענע פגרים. איר האט א תשובה?

סטראבערי » 8/9/2011 05:48

ווייל דוד שמידל האט פיינט יודן, און ס'באדערט אים נאר ווען מ'גראבט מוסלימ'ס, אדער בּערעלעך.
משא"כ ווען מ'גראבט ביי יודן, קערט ער פלעין נישט.
און ער האט מקריב געווען זיין גאנצע לעבן צו קעמפן קעגן גראבן מוסלימענער, און וואונדער איבער וואונדער ער האט נאך אריינגעכאפט אלע גדולים מיט זיך, און אלע קעמפן נאר ווען מ'גראבט נישט-יודן, אבער ווען מ'גראבט עכטע יודן באדערט עס נאר פאר לאוב און פייובארא, און די גאנצע וועלט לאכט.

FiveBoro » 8/9/2011 06:04

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווייל דוד שמידל האט פיינט יודן, און ס'באדערט אים נאר ווען מ'גראבט מוסלימ'ס, אדער בּערעלעך.
משא"כ ווען מ'גראבט ביי יודן, קערט ער פלעין נישט. און ער האט מקריב געווען זיין גאנצע לעבן צו קעמפן קעגן גראבן מוסלימענער

טעות. אתרא קדישא איז נישט מקריב זייער לעבן פאר קברי מוסלמים, אקוראט קאפויער: זיי זענען מקריב קברי מוסלמים פאר זייער לעבן! זיי לויפן מוחה זיין אויף מוסולמענער בתי קברוה כדי זיך צו האלטן ביים לעבן.

און וואונדער איבער וואונדער ער האט נאך אריינגעכאפט אלע גדולים מיט זיך, און אלע קעמפן 

אזוי? איך ווארט שוין איבער א יאר אז סיי וועלכער גדול זאל ארויסקומען און זאגן אויף א פלאץ וואו אתרא קדישא איז מוחה אז דארט איז דא חילול קברים. אתרא איז שוין געווען ביי איבער 50 פלעצער די לעצטע יאר, און ביי אלע פון די פעלער זענען די גדולי ישראל און חברי הבד"ץ געזיצן אינדערהיים זייער רואיג, און קיינעם נישט געשיקט פראטעסטירן. ויהי לפלא
.

מלך_מלכים » 8/9/2011 19:24

סטראבערי, ווייסט נישט אז א"ק איז איז די בערעלעך ביזנעס? שוין יארן, זיי מיינען נישט דעם באשעפער, זיי מיינען ביזנעס.

FiveBoro » 8/9/2011 21:21

(ששש.. איך גיי שפילן פאנאטישע זאלי פאר א מינוט:)

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באדערט עס נאר פאר לאוב און פייובארא.


ס'איז א דאפלט לשון.

FiveBoro » 8/9/2011 21:38

נעכטן נאכט איז אתרא אנגעקומען צו בי"ד אין ירושלים, און נאכאמאל פרובירט צו בעטן מיט יאמערליכע געוויינען אז די חברי הבי"ד זאלן רחמנות האבן אויף די הייליגע מוסולמענער קברים.

זייער טענה איז מער ווייניגער, אז היות אויף א געוויסע פלאץ האט מען געזעהן מוסולמענער קברים "העכער" אידישע קברים, דעריבער זאל יעצט געבוירן ווערן א פרישע הלכה, אז מען טאר נישט גראבן קיין מוסולמענער קברים, און מען מוז זיך שלאגן דערויף, מחמת חשש אז מען וועט אינמיטן אנטדעקן אז אונטער דעם ליגט א אידישע בית הקברות.

איינער פון די חברי הבי"ד האט זיי געפרעגט, אז פונקט ווי ענק לאזן ארכילאגן גראבן אויף א פלאץ וואו מען זעהט נישט קלאר קיין קברים, און מען שטעלט א משגיח וואס וועט זעהן אויב עס ווערט אנטדעקט קברים, און דעמאלס וועט מען אפשטעלן די ארבעט, די זעלבע איז דאך דא, איר האט א חשש אז אפשר אולי ואולי וועט השי"ת העלפן אז מען וועט טרעפן א אידישע בית הקברות אונטער די מוסולמענע, נו, איז דאך דא דארט משגיחים, און זיי וועלן דאס זעהן.

למעשה האט בי"ד זיי געזאגט אז היינט דאנערשטאג נאכט וועט בי"ד נאכאמאל זיצן, און מען וועט רופן א פארשטייער פון ועד למניעת הערן זייער עדות וואס זיי פארציילן און זעהן זייערע דאקומענטן און בילדער וועלכע צייגן וואס דארט גייט פאר, און אתרא זאל אויך ארויפקומען אינאיינעם מיט זיי, און אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז עס איז דא סיי וואסערע טענה קעגן די ועד וועט בי"ד באשליסן וואס צו טוהן.

דער באשלוס איז אנגענומען געווארן, און אויף היינט נאכט זענען געווען געלאדנט ביידע צדדים.

היינט אינדערפרי באקומט דער מזכיר הבי"ד א טעלעפאן קאל פון אתרא, אז זיי קענען נישט קומען, און מען קען מבטל זיין די דיון.

קאמענטארן זענען איבריג!

רבי_יונה » 8/9/2011 21:41

איך האלט אז מ'דארף מוחה זיין בכל תוקף ועוז קעגן די רשעות'דיגע אייענטימער ווייל זיי האבן נישט דעם האלב מיליאן דאלאר אפצאל פון די הייליגע אתרא קדישא עסקנים.

מענטשן ווילן נישט ארייננעמען אין קאפ, אז אויב וועט מען נישט באצאלן וויפיל די ערליכע עסקנים פון  אתרא קדישא באפעלט, וועט נישט זיין קיין אנדערע עצה נאר צו פאררופן מאסן הפגנות און עצרת'ן.

אויב באצאלט מען ווי א מענטש, וועט אי"ה זאפארט באשטעטיגט ווערן אז דאס זענען הינט און קעץ, און מ'מעג גראבן ביזן תהום.

פארפאלן בריסקער רב האט איבערגעבן פאר הצדיק הקדוש רבי דוד מיכאל שמידל דעם שליסל, און ער האט דעם שליסל און נישט קיין צווייטער.

זיי נישט קיין אויבערחאכעם און באצאל, פריי דיך אז זיי נעמען !

FiveBoro » 8/9/2011 21:51

אט האט ארי די בילדער פון די הייליגע מוסולמענער בית הקברות, מיט די מצבות מיטן אויסזעהן אזוי ווי אלע מוסולמענע בתי קברוה אין אר"י, מיט די אראבישע אויפשריפט, געשריבן אין די זייט נישט פון אויבן:

[בילד – נישט אפגעהיט]

ll

[בילד – נישט אפגעהיט]

סטראבערי, מלך מלכים, געלעכטער: תגובה בבקשה.

מלך_מלכים » 8/9/2011 22:24

פון א"ק קאטאלאג, וועלעכע גלייכסטו בעסער?
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
פייוו בארא, וואס האסטו יעצט צו זאגן?

FiveBoro » 8/9/2011 23:01

יוסל90 אין בחדרי חרדים פארענטפערט זיך פארוואס זיי האבן מבטל געווען די דיון אין בג"ץ:

אויפן קעפל וואס שרייבט:
'אתרא קדישא' ביטלו כעת דיון עם 'האגודה' שהיה אמור להיות היום בעד"ח על חפירות בראש העין ובנשר.


ענטפערט ער:
טוב עשו שלא נכנסו למלכודת, שהצמד חמד אהרל'ה יקטר ועוזר שטרנבוך רצו להכניס אותם 
מדובר בשני אנשים אשר הודיעו מראש קבל עם ועולם שלא משנה מה תהיינה העובדות, הם יתקיפו את "אתרא קדישא" ואת העומדים בראשה. 



איר הערט נייעס? מיר האבן אלעמאל געוויסט אז מען מוז גיין צו דיינים וועלע קענען "תהלוכי הקהילה". דאס איז דאך א דבר פשוט..

א
צינד ווערן מיר געוואויר אז אויך די תובעים און נתבעים מוזן קענען תהלוכי הקהילה. אויב נישט מוז מען בכלל נישט קומען צו בי"ד.

ווי זאגט נאר יענער: פשיהא.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/09/2011 23:02:57

מלך_מלכים » 9/9/2011 00:45

מנהל, סאיז צייט צו טוישן דעם קעפל,

קברי בערעלים אינם הפקר!!! (ראש הפיווין)

ויואמ_אמת » 9/9/2011 01:41

מלך מלכים, וואס איז דיין ציהל דא? די האסט טאקע נישט וואס צו ענטפרן זאכליך אויף די אלע אינפארמאציע אין בילדער?


תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 09/09/2011 01:43:22

מלך_מלכים » 9/9/2011 19:58

איפארמאציע? בילדער? וואס איך זעה דא איז נישט אינפארמאציע, נאר פאברעקאציע,

ממילא ווען דו וועסט ענפערן מיינע בילדער, וועל איך ענפערן דיינע,

FiveBoro » 9/9/2011 20:08

מלך, לאך דיך אויס, ענטפער נישט פאר די ארונים. זיי זענען א באנדע בלאפער!

= זיי לייגן בילדער פון קעטעלאגס

= זיי שטעלן אונטער ניקס אין די זאלי פארום זאלן אויך לייגן פאלשע בילדער

= זיי העקן די אתרא קדישא האטליין און לייגן ארויף שקרים אין נאמען פון אתרא

= זיי רייסן אראפ פון אלע ווענט די צעטלעך פון די עדה, און זיי רעדן איין די גאס אז די עדה קימערט זיך נישט מיט חילול קברים

= ספעציעל די ניק פייוו בארא, וואס אויף אים האט שוין מלך און געלעכטער 100 מאל קלאר אויפגעוויזן מיט הארטע באווייזן אז ער פאבריצירט מעשיות

אלזא, א שאד יעדעס ווארט, קיינער גלייבט זיי עניוועי נישט.

מלך_מלכים » 9/9/2011 20:44

מיסטער פייוו, אין ריעל לייף וואלט איך קיינמאל מיט דיר נישט געשטאנען אין ווארט, ממילא וועל איך יעצט אויך נישט, נאר איין שאלה קען איך מיך נישט איינהאלטן,

ווי נעמט איר א היתר צו גראבן בערעלעך? הא?

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/09/2011 21:01:18

היראים » 9/9/2011 21:36

מלך
פאר די טובה פין יצחק וויס אין חה''ט, איך מיין אז די מאכסט זיי נאר שאדען...
שרייען בערעלעך קעצעלעך איז געמאכט ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפרן - א זאך וואס איך גלייב נישט אז די וועסט מודה זיין

מלך_מלכים » 9/9/2011 21:44

סתם פאר נייגעריקייט, ווער איז דאס יצחק וויס?אויך א שותף אין די בערעלע ביזנעס?


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/09/2011 21:46:48

היראים » 9/9/2011 21:57

ער איז דער יד ימינו ושותפו ביים בנו הגדול פונעם פעיקער

היראים » 9/9/2011 22:01

פייוו בארא
קום צוריק צו ריאלעטי, זיך טענען מיט זאליס איז ווי זיך טאנהען מיט א שיכור, נישטא קיין קאמען סענטס דארט, פאר זיי אין גענוג אז מען שרייבט אויף היידפארק אז ר' עוזר שטענבוך גראבט קברים,  אלע זאליס ם האלטן הייס אז ר' עוזר גראבט, סאיז גרינגער צו ווערען פרעזידענט אין אמעריקע ווי צו געווינען א ויכוח מיט אן זאלי, לאז געמכאט, זיי וועלן זיך נעמען זינגען אז דא רעדט זיך פון א ביה"ח פון בערעלעך, אין פארדרייען מיט אלע קינדערישקייטן, פארדעם וויל ער עס אויסגרובן, סארי פארדעם וויל ער נישט מען זאל גראבן, הפנים איך בין צומישט ער גראבט יא צו ער גראבט נישט? יצחק ווייס טוישט זיין מיינונג יעדע צוויי טעג, איין טאר מען נישט גראבן אפי' גוים אין דער ר' ניסים קרליץ איז דער גרעבער, אין א צווייטן טאג מעג מען יא גראבן אין ר' ניסים לאזט נישט.


פארגעס נישט יצחק ווייס איז דער ער איז דער איינציגסטער נארמאלער, באזעסענער נישט אונטערגעקויפטער, סטאבילער מענטש אין ארץ ישראל וואס פארקויפט נישט זיין נשמה צום שטן...



תוקן על ידי היראים ב- 09/09/2011 22:27:41

געלעכטער » 9/9/2011 22:13

פייוו בארא, היראים איז גערעכט. לאז דיך אפ פון די זאלי'ס. גיי ליבערשט טאנצן לכה דודי מיט יאקטער, ער איז דער איינציגסטער נארמאלער, באזעסענער נישט אונטערגעקויפטער, סטאבילער מענטש אין ארץ ישראל וואס פארקויפט נישט זיין נשמה צום שטן, און לאזט גראבן בערעלעך שלא על מנת לקבל פרס,

FiveBoro » 11/9/2011 16:56

ימחול נא כבוד מלך, איך אהב עפ"י טעות אויסגעלאזט איין סעיף:

= די ארונים האבן אונטערגעקויפט יוסל90 מודה צו זיין אויף בחדרי פארום אז אתרא האט זיך אנטזאגט פון ערשיינען אין בי"ד מיטן ועד למניעת.

============

שולם עליכם געלעכטער, מיר ווארטן אויף פילע תשובות, ונא שלא להחזיר פנינו ריקם.

לאעליכם » 12/9/2011 14:54

פייוו בארא -

האסט שוין געזעהן דעם גליון 'העדה' פון די פארגאנגענע וואך פ' כי תצא? ס'וועט דיר נישט אזוי געפעלן וואס זיי שרייבן בנוגע די חילול קברים אין ראש העין.

(אגב, זיי שרייבן אז אין די קומענדיגע טעג וועט זיך די ביד"צ צוזאמזעצן און דן זיין דערוועגן. ווען?...)

FiveBoro » 12/9/2011 19:43

דאס איז נישט קיין נייעס.. די גליון העדה ווערט גראדע נישט ממש געפירט דורך דיטעראריסטן, אבער אלעס בנוגע קברים ווערט דארט געשריבן דורך אתרא. איך האף דו פארשטייסט אז קיינער אין בי"ד איז נישט אחראי אויף דעם גליון.

בנוגע ישיבת בי"ד:

היות די תירוץ פון אתרא אויפן זיך אפזאגן פון קומען דאנערשטאג צו בי"ד איז געווען, אז דער 'הרכב' געפעלט זיי נישט, (יעדן טאג זיצט א אנדערע הרכב פון דריי דיינים), האט בי"ד גערופן אויף היינט מאנטאג ביידע צדדים, צו א "הרכב מלא", דאס הייסט אז גאנץ בי"ד, אלע חברי הבי"ד וועלן זיצן.

יעצט בשעת איך שרייב די שורות קומט פאר די ישיבת בי"ד, אתרא האט געברענגט א מחנה פון רעפענירטע טוענים, און פארלייגן אלע כוחות אז בי"ד זאל למעשה ארויסקומען היינט קעגן די ועד אז היות זיי גראבן קברים(..) אין בת עין, זאל נאר אתרא קדישא מעגן זיין בעה"ב אויף עניני קברים, און די ועד זאל מוזן אפטרעטן.

"ונזכה ונחי' ונראה".

לאעליכם » 12/9/2011 22:46

וואס איז געווארן מיט די אסיפת הביד"צ?