פאר ווער עס האלט מיט די נייעס, איז געוויס באקאנט אז אין די שטאט קרית יואל איז היינט דא עסטאבלירט דריי באזונדערע קהילות, וואס אפערן פאר זייערע מעמבערס אלע געברויכן וואס א איד דארף האבן פון א קהילה, (חוץ איין קהילה וואס האט נישט דערווייל קיין מקוה טהרה, און זייערע מעמבערס באנוצן זיך מיט די מקוואות פון די אנדערע קהילות).
ביז ממש לעצטנס האט איין קהילה טעכניש אנגעהאלטן א שטיקל אויבערהאנט, מיט דעם וואס נאר זייערע מענטשן האבן געהאט חתונה זאלן, און אזוי ווי די קהילה - בעיקר זייערע ראשים - זענען נישט דוקא קיין נדיבי הלב, זענען זיי לאו דוקא קעגן געקומען די מעמעבערס פון די אנדערע קהילות זיי זאלן קענען באקוועמערהייט מאכן שמחות אין די זאלן וואס שטייען צו זייער פארפיגונג.
די 2 עיקר חילוקים צווישן די מעמבערס פון די קהילות, איז איינס דאס וואס יעדער מעמבער וויל ענדערש עסן - און סערווירן פאר די געסט - די פלייש פון זיין קהילה, וואס דאס איז א נארמאלע נאטורליכע זאך, אבער צוליב ביזנעס חשבונות פון די בעלי בתים פון די זאלן, האבן זיי נישט געלאזט נאר דוקא סערווירן די פלייש פון איין ספעציפישע קהילה / שחיטה (מפני הכבוד וועלן מיר נישט פורש זיין בשמם פון די קהילה).
די צווייטע, איז מער א יסודות'דיגע ענין אביסל, וואס נעמט שוין אריין אביסל היסטאריע.
עס איז געווען אמאל א צייט, וואס אין מאנרא איז נאר געווען איין קהילה, דאס גייט שוין צוריק יערס בעק ווי מען זאגט, ערגעץ אין די אכציגער יארן, עס איז געווען אזוי טעכניש, נישט בקפידה, נאר וויבאלד דער שטעטל איז געווען א פרישע געגנט, מיט קוים עטליכע הונדערט משפחות, און מער ווייניגער אלע איינוואוינער זענען געווען פונעם זעלבן טייג געקנאטן, איז דער עולם געווען מער ווייניגער אינאיינעם.
נישט אז מען האט זיך אמאל געפירט אין דעם שטעטל מער קהילה'דיג ווי אין וויליאמסבורג, למשל, וואס דער עולם איז געקומען מער ווייניגער פון דארטן, דאס הייסט אפילו ווען עס איז געווען אין דער מצב פון איין קהילה, האט עס נישט קיינמאל געטראגן דעם כאראקטער פון א קהילה אין דער אלטער היים, עס איז קיינמאל נישט געווען די קפידות פון א קהילה וויאזוי עס פלעגט זיין אינדערהיים, און ווי עס איז נאך היינט דא קהילות אויף דעם שטייגער אין לאנדאן און אנטוערפן, וואס האלטן אן א געוויסע קהילישע בעלות אויפן ציבור וואס כאראקטעזירט זיך בעיקר מיט די פאלגענדע פיר זאכן,
הוראה, שחיטה, סידור קידושין, און / אדער גיטין, און אין טייל ערטער אויך מצות,
למעשה אין מאנרא - אפילו אין די צייט ווען עס איז נאר געווען איין קהילה - איז קיינמאל נישט געווען קיין קפידות אויף די זאכן, עס איז געווען א באשטימטער דיין מטעם די קהילה כמנהג אלע קהיולת אין גרעיטער ניו יארק, און אויסער דעם איז געווען אנדערע ת"ח וואס האבן געפסקנט שאלות, פלייש האט יעדער תושב געקויפט וואו און ביי וועם ער האט געוואלט, (למעשה איז געווען דאן נאר איין פלייש געשעפט וואס האט פארקויפט בעיקר פלייש פון די סאטמארע שחיטה), מצות איז געווען פריוואטע בעקערייען ווי קהלישע צוגלייך, (אויך ביי דעם פלעגט דער עולם נעמען על פי רוב פון די סאטמארע בעקעריי, זינט דער עולם איז מער ווייניגער סאטמארע חסידים).
דאס זעלבע מיט סידור קידושין, פלעגט דער עולם מכבד זיין וועמען מען האט געשפירט אז מען וויל נעמען,
און אזוי איז זיך געפלאסן דער שיינער אידילישער לעבן אין די שטאט, על מי מנוחות.
ויהי היום, איז געשען אז דער רבי פון קהילת סאטמאר, וואס צו איר האבן די איינוואוינער באלאנגט, האט מחליט געווען אריין צו שטעלן זיין עלטסטן זון ווי דער רב פון די סאטמארע קהילה אין די שטאט, נאך וואס די לאקאלע קהילה האט געגעבן א קאנסוס פאר דעם רבי'ן אז ער זאל דינען ווי דער רב פון די קהילה פונקט ווי די אנדערע סאטמארע קהילות איבער דער וועלט וואס האבן אויפגענומען דעם רבי'ן פאר זייער רב און רבי.
די פלאן האט זיך מחמת סיבות - וואס איז נישט דא דער מקום אריין צו גיין - אנגעשטויסן אין גאר א שטארקע קעגנערשאפט
דער גרעסטער רוב פון די מעמבערס פון די קהילה האבן זיך קאטעגאריש קעגן געשטעלט צו דעם פלאן. למעשה אבער, האט דער רבי זיך נישט אפגעשראקן דערפון, טענה'נדיג אז וויבאלד מען האט אים אויפגענומען האט ער א רעכט אריין צו שטעלן וועמען ער וויל אלס שליח. און באמת האט ער געטון דאס זעלביגע אין אלע אנדערע קהילות וואס האבן אים אויפגענומען, אז ער האט אריין געלייגט זיינע יו"ח צו דינען דארט ווי די רבנים במקומו. כאטש למען האמת דארף צו געצייכנט ווערן אז אין אלע אנדערע מקומות איז עס נישט געווען ממש קעגן דעם דעת הציבור, על
כל פנים נישט מיט אזא מאס.
בכל אופן, נאכן אויפנמען דעם בן הנ''ל, האבן זיך די ראשי הקהילה דערזען מיט א מצב ווי רוב עולם באיקאטירט פשוט די גאנצע רבנות, נישט געבנדיג קיין דעם ווי מ'זאגט פאר די גאנצע מעשה.
זענען זיי אויפגעקומען מיט פלענער וויאזוי צו פארשטארקערן די פאזיציע פון א ''רב'' אין די קהילה, ממילא וועט מען זיך בהכרח מוזן דערצו צוגעוויינען און אריין נעמען אין אין געדאנק אז דאס איז עס, ער איז דער רב און מען ברויך מיט דעם משלים זיין.
זיי זענען דאן אפירגעקומען מיט פארשידענע מהלכים, א שטייגער ווי פרובירן צו פארמאכן אלע קנעלערע בתי מדרשים, אזוי וועט יעדער זיין געצווינגען צו קומען דאוענען אין גרויסן שול און בפירוש איינזען אין די רעביסטעווע.
אין די סעריע פון ''שולט זיין אויף די מוחות''... איז בערך אין שנת תשמ''ח צוגעקומען א פרישע זאך. נעמליך, מען האט זיך דערטראכט אז זינט דער איינציגער זאל וואס עקזיסטירט אין דער שטאט באלאנגט פאר קהל, קען מען פראקטיש דורכפירן א תקנה, אז יעדער איינער זאל מוזן נעמען דעם פרישן רב פאר מסדר קידו שין, און דערמיט מודה זיין און מקבל מרות זיין אז ער איז טאקע דער רב...
מען האט די ''פסיעה על ראשי עם קודש'' שיין מלבש געווען מיט א קלינגעדיגע נאמען ''מרא דאתרא'', נעמליך, יעדער איינער ווקייסט דאך אז אינדערהיים איז געווען סיסטעם פון קהילות ווי אויבן געשמועסט, וועט מען אויסבארגן דעם ענין אהער. דאס האט אויטאמאטיש בארעכטיגט א זאך וואס וואלט אנדערש אויסגעקוקט ווי א פשוטער גאר - אומדיפלאמאטישע אגרעסיווע שריט, צו וואס דער ציבור איז -אנדערש ווי אנדערע חסידות'ער ווי דאס איז נארמאל - נישט געווען צוגעוואוינט אין סאטמאר. אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס האט מיט די הלכה נישט קיין שייכות, פונקט ווי ביז תשמ''ח, און פונקט ווי אלע אנדערע געגנטער איבער ניו יארק.
למעשה איז עס טאקע געלונגען, וויבאלד ווי געשמועסט האבן זיי געהאט די טעכנישע אויבערהאנט.
אסאך וואסער איז געפלאסן אינעם האדסאן זינט תשמ''ח, און אסאך גאר שטורמישע פאסירונגען האבן פאסירט אין ק''י במשך די יארן, ביז תש''ע. מיר וועלן ווי פארשטענדליך נישט אריין גיין אין דעם יעצט, נאר דער שפיץ איז, אז ביי תש''ע האלט דער מצב ווי אויבן געשמועסט, ביי דעם אז עס איז דא דריי עקסטערע קהילות און יעדער איינער לעבט זיך רואיג ב''ה איש על מחנהו ואיש על דגלו.
למעשה, דורך אוי די יארן, האבן די אלע וואס זענען נישט געווען צופרידן מיטן מצב פון די שמחה זאלן, געמוזט אוועק טראגן זייערע שמחות ווייט אווועק.
אין תש''ע, האט איין קהילה מיט די הילף פון א נדבן ענדליך געבויט א אייגענעם שמחה זאל צו סעערווירן זייער ציבור. דאס איז ווי פארשטענדליך דורך אלעמען באגריסט געווארן ווי א גאר פאסיגער שריט, נאך דעם וואס דער חלל אין דעם געביט האט זיך שטארק אנגעזען פאר לאגע יארן.
דא האט פאסירט א אומגלויבליכע זאך. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האבן טייל פון די אנפירער פון די ערשטע קהילה זיך במשך די יארן אויף אן אמת איינגערעדט אז דאס גייט זיין א זאך וואס גייט בלייבן לעולם קאי וקיים. במשך די יארן האבן זיי זיך אזוי צוגעווינט צו דעם שקר פון מרא דאתרא, אז זיי האבן עס אנגעהויבן צו זאגן מיטן זעלבן אימפעט ווי טייל אנדערע מענטשן למשל פלעגן זיך באמת שווערן אז מיטוואך האבן זיי ראדני... און במילא ווען זיי האבן זיך אויפגעוועקט צום מציאות אז די אנדערע קהילות גייען זיך מאכן שבת פאר זיך מיט דעם פרט אויך, האבן זיי עס בשו''א נישט געקענט אראפשלינגען. די תמימים שבהם וואס מען האט שוין 20 יאר געפראגרעמט מיט דעם שקר האבן זיך באמת נישט געקענט גלייבן אז אזא הארבע זאך גייט בקרוב ווערן דורך געבראכן.
דא האט די קהילה גענומען א אומפארשטענדליכע מאוו, וואס ברענגט נאך ביז היינט ארויף וואונדער ביי מענטשן. אנשטאט זיך אפצואווישן די נאז און גיין וויייטער. שרייען אז יענער איז א לוזער ווייל ער איז דאך מחוץ לעיר, און אין ערגסטן פאל צוגעבן א נאמען, וואס דער מיטל ווירקט לויט עקספערטן ווינדערבאר, האבן זיי אנגעהויבן א מערכה פאר פייער און פאר וואסער צו באקעמפן דעם זאל. מיר וועלן זיך נישט אריין לאזן אין די פונקטליכע פרטים, נאר דעער סך הכל כהיום איז אז מען האלט שוין ביי אריבער פערציג חתונות כ''י אין דעם זאל, און ביי יעדן רעכט דענקיגן מענטש איז די מערכה פון די סארט וואס מען זאגט דערויף, א שאד מען האט עס בכלל אנגעהויבן, ועכשיו אז מען האט עס אנגעהויבן, איז דאס היינט א פולקאמער דורכפאל, וחבל על דאבדין.
חוץ אויף איין פלאץ ווילן נאך די אהרונים נישט מסכים זיין צו דעם דורכפאל, און דאס איז ווי פארשטענדליך אונזער אלעמען באליבטע היידפארק. דא זענען זיי אויפגעקומען מיט א טענה, אז דער מערכה קען נישט קוואליפיצירט ווערן ווי א גענצליכע פארלוסט, ווילאנג נאר רבנים וואס האבן זיך בעבר ארויסגעשטעלט ווי דירעקטע קעגנערס פון די קהילה זענען דארט מסדר קידושין.
נו שוין, היינט לכאורה קען שון משה'לע און דייקן וכל קדושיו עמו דערקלערן מיט זיכערקייט אז יא! די מערכה איז ענדליך א דורכפאל. נאך דעם וואס דער וועגשיידער רב וואס איז אנערקענט און רעספעקטירט ביי יעדן, און זיינע ספרים געפינען זיך לרוב אין היכל ראזענבערג אין ק''י אפילו, (ביז יעצט עכ''פ), האט מסדר קידושין געווען אין דעם זאל ביי די חתונה היינט נאכט. זעט מען אז אפילו נייטראלע רבנים זענען אויכעט מסדר קידושין דארט. רבנים וואס האבן נישט קיין שייכות מיט קיינעם פון די צדדים און קומען גארנישט פאר קיינעם, א רעספעקטירטער רב פון העכער ניינציג יאר לאויוש''ט, האט ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג צו לאזן איינעם אנרופן דעם רב פון די קהילה און מיט א מס שפתים בעטן רשות,וואס ער וואלט זיכער באקומען, עס איז געווען הונדערט פראצענט גאראנטירט אויף וואס יעדער פו אונז וואלט אפילו גריט געווען זיך צו וועטן...
און אדרבה, טראץ וואס סאם האו האט זיך דער גאלאנטער רב אפילו אריין געלייגט דערין, און זיך ממש געבעטן בתחנונים ביי אים ער זאל כאטש בעטן רשות, האט ער אים קאטעגאריש אפגעזאגט, צולייגענדיג ווערטער וואס האבן געמאכט דעם אובן דערמאנטן רב שטארק חרטה האבן פארן אויפברענגען אפילו דעם ענין/
(ער האט אים געזאגט, אהובי ידידי, וויאזוי דו הייסט, ווייסטו? וויאזוי א שטייגער ביסטו גאלאנטער רב? אהא, ווייל דער זיידע איז געווען רב אין גאלאנטא, פיין, לידיעתכם, אין גאלאנטא איז געווען א גרויסע קהילה מיט א רב, און צוליב סיבות האבן זיך א קבוצה אפגעטיילט און געגרינדעט א עקסטערע קהילה, און ווי מיינט איר? דער זיידע, וואס על שמו אתה נקרא, איז דוקא געווען דער רב פון אט די קליינע אפגעטיילטע קהילה, ווי ער האט כסדר מסדר קידושין געווען על אפם ועל חמתם פון די גריסע קהילה...)
ממילא, אננעמענדיג אז די אהרונים דא זענען נישט קיין קאפ פארדרייער וואס וילן סתם משוגע מאכן, נאר זיי מיינען זיכער ערנסט וואס זיי זאגן, איז צו ערווארטן אז איצט וועלן זיי יא מודה זיין טאקע אז דער מערכה איז געווען א הילכיגער מיאוסער דורך פאל. און האפנטליך וועלן די מענטשן ארויסנעמען פון די פאסירונג - וואס איז שוין ווי
געשמועסט, מאחרינו - א מוסר השכל וואס א צו טון און בעיקר ווי זיך נישט צו פארפלאנטערן אומזיסט.,
פארשטייט זיך אז משה'לע וועט באלד דערציילן אז ער איז געווען אויף די ליין בשעת דער וועגשיידער רב שליט''א הא געקאלט בעטן רשות, און דער שיינער שמועס וועגן די זיידעס גייט אפילו זיין אין שולח מלכים, וואס די זאליס קענען זיך פארשטעקן מיט זייער גראבן עם הארץ וכו' וכו', און ר' מיכל זילבער גייט אים בכלל נישט באזוכן ווייל ער איז א שטריק, וכו', אונז בעטן מיר אים אבער, פליז דרוק נישט דער שמועס אין משולחן מלכים!!! דו קענסט נישט אזוי שטארק ווייטון די זאליס, סיי דער שמועס און סיי דערר שולחן מלכים,
אזוי ווי עטס וווילטס דאך דאך אויפווייזן אז עס איז אמת, געטס פליז נאר ארויס די טעיפ! אן קיין פאמפע דעראמפע, איך זאג ענק מען וועט גלייבן דעם טעיפ אליינס אפילו עס שטייט נישט אין די שרעק אנווארפנדע משו''מ...
אזוי אויך וואלט איך געראטן דעם http://twitter.com/#!/KedishenBirshis ער זאל באצייטנס אראפ פארן אויף טאהש מקבל נזיפה זיין פון דעם פאה''ד והדרו כ''ק גאב''ד טאהש שליט''א, וואס עסט זיך דאס געזונט פארוואס מען האט אים נישט געזאגט אז עס איז ברשות, כאטש וואס דו האסט ברוב חכמתך שוין געטוויט באהאלטענערהייט מאנטיג נאכט אז עס איז דא רשות....
ווי אויך הערט מען אז די אהרוני'שע אייניקלעך פונעם וועגשיידער זענען זייער ברוגז אויף דעם טוויטער, ווייל ווען ער גיט ווען ארויס דעם סוד גענוג באצייטנס וואלטן זיי נאך געקענט קומען צו די חתונה (10 אזייגער איז שוין כנראה געווען צו שפעט פאר זיי, אדער , זייט נישט ברוגז קען זיין זיי האבן נישט געגלייבט אייער טוויט...) און נישט געדארפט פארשאפן אזא צער פארן אלטן זיידן פון 95 יאר לאוישט''א.
גורו לכם מיום הדין...