כלל ישראל האט קוים אפגעאטעמט און אויפגענומען מיט פרייד די בשורה אז הבחור יואל זאב גאלדשטיין, אסיר יאפאן, איז באפרייט געווארען און ארויסגענומען געווארען משבי' אין א מזלדיגע שעה.
יעצט קומט די בשורה אין די פרעסטיזשפולע לאס אנזשעלעס טיימס אז א 64 יעריגער איד, הרב משה אליעזר זיגעלמאן לייגט זיך אריין מרצונו הטוב בידים אין תפיסה עוד הפעם.
ר' משה אליעזר איז שוין געווען פארשמאכטעט עטליכע יאר אין תפיסה, דורך די צייט האט דער פראקוראר געסטראשעט מיט גוטען און מיט בייזען אז ער זאל "בלויז" מסר'ן עטליכע אידען און ער וועט זיין א פרייער מענטש. ר' משה אליעזר, א תורה טרייער איד, איז בייגעשטאנען דעם נסיון און פארדעם באצאלט דעם טייערען פרייז פון פרייהייט, עטליכע יאר געווען צוטיילט פון די משפחה, נישט מיטגעהאלטען די חתונות פון זיינע ערשטע אייניקלעך, נישט מיטגעהאלטען צענדליגע שמחות פון די משפחה מיט א רואיגען געוויסען אז ער וועט ח"ו נישט נעמען אידיש בלוט אויף זיין האנט און ער וועט נישט פארמסר'ן אנדערע אידישע קינדער.
ענדליך איז דער ערווארטעטער טאג אנגעקומען און ער איז ארויסגעקומען אויף די פריי צו די גרויס שמחה פון די משפחה, קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען.
הרשעים כים נגרשו, דער פראקוראר איז אבער נישט זאט געווארען, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט פאר דעם אדוואקאט, אין יארע 2010, ווען איך האב שוין געהאט מערערע אידישע און פרומע מוסרים און פארשידענע קעיסעס וואס האבען אפענערהייט און באהאלטענערהייט קאאפערירט אנטקעגען היימישע ברודער, קען איך נישט לאזען אז עס זאל זיך צוריק אנהייבען די אלעט מעשיות און איסורים פון מסירה, איך וועל דעם זיגעלמאן צופיצלען און צוברעכען למען ידעו אז די אלעט מעשיות ארבעטען שוין נישט.
מיט מסירת נפש און שטאלץ האט ר' משה אליעזר געשריגען, איך בין א איד א שומר תורה ומצוות, איך וועל מיט שמחה צוריקגיין אין תפיסה מיט א ריינעם געוויסען און ח"ו נישט מסר'ן קיין צווייטען איד. די מסירת נפש דערפון איז אומבאשרייבליך, מען רעדט פון א 64 יעריגען איד, ער ליידט אויף פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען, ער האט שוין טועם געווען דעם כוס התרעלה און ווייסט זייער קלאר אין וואס ער לאזט זיך אריין, און דאך מיט אן עזות דקדושה רופט ער אויס,
כלל ישראל איז נישט באנקראט, עוד ישראל רד עם קל.
עס איז נאך דא ערליכע אידען וואס זענען גרייט צו פארגיסען די אייגענע בלוט און נישט טרונקען א צווייטענס.
אין די היינטיגע צייט ווען ליידער זענען מיר שוין מלומד מיט היימישע מוסרים איז דאס כמים קרים על נפש עייפה אז עס איז נאך דעם מסירת נפש אידען צווישען אונז.
מאכט נישט קיין טעות, ר' משה אליעזר איז נישט קיין קרבן יחיד, ער איז א חטאת הציבור. די סיבה פארוואס די פראסעקיוטער האט זיך פארלייגט אויף אים איז ווייל ליידער האבען אנדערע אידען נישט עומד בנסיון געווען, און ביי א געוויסען קרייז איז מען גאר פרייוויליג געווארען שותפים מיט די יו. ס. עטוירניס אפיס און געמסר'ט היימישע אידען און דערפאר גלייבען זיי אז מיט מאכען ר' משה אליעזר א קרבן ציבור וועלען אנדערע אידען נישט עומד בנסיון זיין און ווי אין די פארגאנגענע 10 יאר וועלען זיך טרעפען היימישע אידען וואס וועלען מסר'ן כאוות לבם.
כלל ישראל דארף איינרייסען פאר משה אליעזר בן אסתר, 1.00 ניו יארק צייט וועט זיין דער משפט אין קאליפארניע, און ער דארף געוואלדיגע רחמי שמים. אז כלל ישראל וועט איינרייסען וועלען די הימלישע פענסטער זיך עפענען און ר' משה אליעזר וועט ניצול ווערען.
זאל דער אייבערשטער העלפען אז אין דעם זכות וואס איין איד האט מסירת נפש פאר א צווייטען איד, זאל דער רבוש"ע רחמנות האבען אויף אונז אויך און אנשטאט ר' משה אליעזר זאל ח"ו אנקומען שנית אין חד גדיא, הוא יגאלינו שנית לעיני כל חי בביאת בן דוד אמן
קעפּל פארראכטן
תוקן על ידי המהדרין ב- 07/09/2011 20:02:36

