היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מחלוקה מנשה פילעף אין מישעל באקמאן איבער האריקען איירין

מחלוקה מנשה פילעף אין מישעל באקמאן איבער האריקען איירין

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2913665

קריסטאל » 5/9/2011 22:28

ס'האט אויס געבראכן א מחלוקה צווישן מנשה פילעף אין מישעל באקמאן וואס לויפט פאר פרעזידענט וועגן וואס דער אייבישטער האט געשיקט האריקען איירין

מנשה טענה'ט וועגן די חוקי תעבוה געזעצן איז געקומען די האריקען

ווידעראום באקמאן טענה'ט אז ס'קומט פין ציפעל ספענדינק אין וואשניגטאן





תוקן על ידי קריסטאל ב- 05/09/2011 22:33:37

קריסטאל » 5/9/2011 22:29

מנשה פילעף אין די צייטנונג
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריסטאל » 5/9/2011 22:31

מישעל באקמאנ'ס טענות
Peter Grier, Staff writer / August 29, 2011

Hurricane Irene and last week's East Coast earthquake are God's way of telling Washington that the US government needs to cut spending, Michele Bachmann said Sunday.


''Washington, D.C., you'd think by now they'd get the message. An earthquake, a hurricane, are you

listening? The American people have done everything they possibly can. Now it's time for an act of God and we're getting it,'' Representative Bachmann said during a campaign stop in Florida.


http://www.csmonitor.com/USA/Politics/The-Vote/2011/0829/Irene-was-act-of-God.-What-quip-says-about-Michele-Bachmann-campaign

תוקן על ידי קריסטאל ב- 05/09/2011 22:31:33

outspoken » 5/9/2011 23:41

ס'קוקט אויס אז די ירושלמי האלט ווי ר' מנשה
[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 5/9/2011 23:58

אוטספאוקן:

די הייליגע ירושלמי רעדט פון טוהן עבירות רח"ל, און ר' מנשה יר"ה רעדט פון יא געזעץ - נישט געזעץ.

די הייליגע ירושלמי רעדט אויב אידן זינדיגן חלילה, און ר' מנשה יר"ה איז פארנומען מיט וואס עס טוט זיך ביי די ערלים.

----------------

אגב, אז ר' מנשה יר"ה האט שוין יא געלערנט דעם ירשולמי, פארוואס האט ער אנגענומען דעם דעת יחיד?

יחיד ורבים הלכה כרבים: ורבנן אמרו מפני המחלוקות!


תוקן על ידי FiveBoro ב- 06/09/2011 00:00:56

טאטלע » 6/9/2011 00:15

פייוו גיט געזאגט

לויט מנשה קימט אויס אז נישט ציליעב די תועבה קימט די צרות נאר ציליעב די חוקי תועבה

וואס ער וויל פין אפסטעיט וויס איך נישט, אפשר ווייל דארט איז אלבאני ?  קען זיין 

ביי די וועי אפשר ווייסט מנשה פארוואס אין יאפאן איז געווען א ערד ציטערניש אין צאנאמי ?

שו.. איז נישט די ווארט

outspoken » 6/9/2011 00:41

five boro  

קוקט אויס אז ר' מנשה האט איינגעזען אז די ארונים זענען גערעכט געווען ביי די וואוטס פון סיטי קאנסילייט, אז מ'טאר נישט שטימען פאר אזעלעכע קאנדידאטן וועלעכע זאגען אז זיי הלטען פון די געזעטץ ר''ל (שיער נישט פארגעסען צו פרעגן ווי זענען די ארונים געווען ביי די סטעיט וואלען?)

דרך אגב אז מ'איז מדייק אין ירושלמי דערמאנט ער נישט די ווארט  ''ישראל'' ביי די עבירה, ס'קען זיין ווייל אפילו ביי די גוים איז עס אסור , ס'נכלל אין די שבע מצוות בני נח.

FiveBoro » 6/9/2011 00:43

ר' מנשה מאכט דיוקים און ציעט מסקנות? אהא.

און אויב איר נעמט עס אן, איז ער גערעכט.

outspoken » 6/9/2011 00:46

מאך אים נישט אוועק, ער איז א מו''ץ און א צייטונג שרייבער....

טאטלע » 6/9/2011 01:29

אוטספאקען גראדע שטייט דריי מאל די ווארט ישראל

outspoken » 6/9/2011 03:02

טאטלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אוטספאקען גראדע שטייט דריי מאל די ווארט ישראל


דארט ווי ער רעדט פון עוון מ"ז שטייט נישט ישראל נאר ''האיש'' וואס קען מיינען אויך א גוי.

outspoken » 6/9/2011 03:07

יש''כ פאר די בעלי מחאה אין אישית, וועל איך פארעכטען.

מאך אים נישט אוועק, ער איז טאקע א צייטונג שרייבער אבער ער איז מו''ץ און א תלמוד חכם ....

שלמהווייס » 6/9/2011 03:32

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יש''כ פאר די בעלי מחאה אין אישית, וועל איך פארעכטען.

מאך אים נישט אוועק, ער איז טאקע א צייטונג שרייבער אבער ער איז מו''ץ און א תלמוד חכם ....


אנטשולדיגט מיר, אבער די ערשטע איז גערעכט