היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דירות ענגשאפט רינט איבער אויף די גאסן

דירות ענגשאפט רינט איבער אויף די גאסן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2913474

סעלפאן » 5/9/2011 05:37

מען קען זיך נישט רירן אויפן גאס און אין די בתי מדרשים און מקוואות, איבעראל ווי מען גייט שטויסט מען זיך אן מיט נאך מענטשן, יעצט זימער איז עס געווען ממש א געשמאק איך האב נישט געדארפט ווארטן 10 מינוט ארויסצושלעפן 2-3 קאצקע צוקער ביים קאווע שטיבל, און אפילו די דבר יום ביומו איז נאכנישט געווען צוכאפט נאר איך האב רואיגערהייט געקענט טרינקן די קאווע אן וואס איך זאל כאפן ציפעס פון די ארומיגע וואס טיען זיך אן דעם טלית גדול.
 
אוי הייליגער באשעפער וואס וועט דא זיין? די עולם וואס ציילט זיך בליעה"ר כן ירבו אין די הויעכע ציפערן נעמען צוריק איין די גאסן, די אייער באקסעס זעען זיך שוין אן אויף איבעראל, מען קען נישט גיין קיין צוויי גראדע טריט גראד אן זיך צוזאמשטויסן מיט אנדערע, די ליפט אויף וויליאמסבורג באס ווערט שוין ווייטער שטיקעדיג, די טרעפיק און פארקינג איז א דיזעסטער, וואס גייט דא זיין???

אויטענטיש » 5/9/2011 20:08

עס דארף א געהעריגע הסבר פארוואס יעדע פראוו צו לינדערן דעם דירות קריזיס האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל.

בשל מי הרעה הזאת?

איז דער עולם שולדיג פאר'ן נישט וועלן זיך ארויסרוקן פון די 1948 וויליאמסבורגער גרעניצן?

זענען די דעוועלאופערס שולדיג פאר'ן אנהאלטן דעם דירות מאנגל כדי צו קענען בעטן העכערע פרייזן?

און די ליסטע גייט ווייטער  ואין לי כח ללהאריך.

איך וואלט געוואלט הערן א נארמאלע תירוץ.

עםהארץל » 5/9/2011 20:40

שולדיג זענען די מענטשן פארן נישט אוועקמופן, ווען הונדערט מענטשן זאלן זיך אויפהייבן אויפאיינמאל און מופן וועלן די פרייזן פאלן, די איינציגסטע וועג איז גרינדן נייע שטעטלעך

עס איז אמת אז עס איז זייער זייער שווער צו מופן, עס איז געווען די שווערסטע נסיון פון די צען נסיונות פון אברהם אבינו, אבער דאס איז לדעתי די איינציגסטע לעזונג צום פראבלעם

געלע_באס » 6/9/2011 06:28

"יעדער" וויל קרעכצען. "קיינער" וויל נישט מופן.
לענית דעתי דארף מען זיי לאזן קרעכצען