היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » היינט נאכט די 36'סטע חתונה בליעה"ר אין עטרת מאיר צבי

היינט נאכט די 36'סטע חתונה בליעה"ר אין עטרת מאיר צבי

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2913052

נוטראלער » 2/9/2011 05:53

ח"י ח"י יודוך וישבחוך

עס איז שוין אריבער איינס און א האלב יאר זינט די עפענונג פונעם נייעם זאל אין קרית יואל, עס איז געווען אז געוואלדיגע שמחה דאס דערגרייכונג אז מען קען שוין ב"ה חתונה מאכן אין קרית יואל אן דעם וואס מען זאל מיזן געצווינגענערהייט געבן סידור קידושין פאר דעם אזויגערופענע ק"י רב

ביז דעמאלט האט מען געמוזט ארויספארן קיין מאנסי חתונה מאכן אפילו ווען א זייעערער האט געוואלט מכבד זיין א זיידן אדער א ראש ישיבה פונעם חתן האט מען נישט געגעבן קיין רשות דערפאר איז דאס געווען א געוואלדיגע שמחה אז ב"ה נאך אזויפיל יאר קען מען שוין חתונה מאכן אין ק"י אן קיין פראבלעמען

 

מען שטייט יעצט איינס א האלב יאר איז כדי צו מאכן א שנעלער איבעבליק

1)      ווען דער זאל האט זיך געפענט האט זיך ווי פארשטייט זיך די טעראאר גרופע תיכף גענומען ארבעטען מיט פלייס צו טערעזירן די מחותנים אין ישיבה האט געהאנגן א מודעה נעבן יעדן טעלעפן מיט די נומערן פון די מחותנים אז מען זאל זיי רופן טערעזירן מען האט זיך נישט אפגעהאלטן פאר גארנישט געסטראשעט און געשריגן געקלט אינמיטן די נאכט געקאלט זיידעס און באבעס

2)      ווען דער ערשטער חתונה איז אריבער בשעטו"מ האט מען געדינגען א טראק און ארום געפארן אין שטעטל אין געשריגן אלע ערליי מיסע לאזונגען און חרמים

3)      מען האט געווארפן פאשקעווילען מיט פיקטשערס פון די חתן

4)      דער דיין לאוב האט געזאגט אז מען דארף איבער מאכן די קידושין

5)      דער אגלי דבש האט געזאגט מען טאר נישט גיין צו די חתונה

6)      מען האט געמאכט א פנקס (נישט דא נעבעך ווער עס זאל לאכן)

7)      מען האט געהאנגן צעטליך אין די בתי מדרשים

8)      מען האט ארומגעשוקט בריווען פאר אלע קרובים און שכינים

9)      ועוד... ועוד...

ווער געדענקט נאך די ערשטע פאר חתונות האט געדארפט זיין פאליס פארנט פונעם זאל צו באוואכן

אצינד נאך איינס און א האלב יאר איז שוין שא שטיל מען הערט שוין נישט גארנישט עס איז מקוים געווארן דער פסוק "המה כרעו ונפלו ואנחנן קמני ונתעודד"

 

מילכיגער » 2/9/2011 08:27

אבער אויב מיינט איינער אז זיי האבן זיך אויסגעלערנט האט ער א טעות

עםהארץל » 5/9/2011 20:55

היינט נאכט אי"ה נאך א חתונה, החתן בן ר' ניסן משה רוטנבורג מחשובי מתפללי ביהמ"ד שאפראן

סענעטאר » 5/9/2011 21:06

אין פרדס פיגא איז אויך דא א חתונה היינט. איך מיין צו זאגן עס איז א "דע פאקטא" אז דער זאל איז קאי וקיים, הונדערטער אידן וועלן דארט חתונה מאכן, און די מערכה איז א פארטיגער. ‎​
 
(יעצט זאלן די אקסן קומען זאגן אז ס'איז אזוי ווי די טויזענטער אידן וואס גייען צו די בחירות...)

קל_וחומר » 5/9/2011 22:14

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היינט נאכט אי"ה נאך א חתונה, החתן בן ר' ניסן משה רוטנבורג מחשובי מתפללי ביהמ"ד שאפראן


חתן מו"ה פישל (בר"א) פריעדמאן נ"י
חתן הרב יוא-ל אשכנזי/וועליטשקער זצ"ל אב"ד טרעסיף
חתן הרב אלי' בצלאל טייטלבוים זצ"ל אב"ד טעטש
בן מרן הגה"ק מו"ה יקותיאל יודא טייטעלבוים האבד"ק סיגעט זצללה"ה

דער_אקס » 6/9/2011 04:51

איך הער הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א איז געווען מסדר קדושין היינט נאכט אין אויכט האט ער געשריבן זייער א שיינע בריוו אז מ'ברויך נישט נעמען קיין רשות אין דעם הייליגע סאטמארע שטעטל קרית יואל פין דעם ציוני'ס איידעם


תוקן על ידי דער_אקס ב- 06/09/2011 04:58:22




תוקן על ידי דער_אקס ב- 06/09/2011 05:32:50

מילכיגער » 6/9/2011 08:57

[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 8/9/2011 20:01

ווען איז די קומענדיגע חתונה?

דער_אקס » 8/9/2011 22:47

איך מיין סאיז שוין צייט אפצולאזן די מענטשן וואס מאכן דארט חתונה נישט יעדע מחותן וויל זיין פאבליק