היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » נייע מנהל און מלמדים אין מוסדות ויואל משה אין קרית יואל!!!

נייע מנהל און מלמדים אין מוסדות ויואל משה אין קרית יואל!!!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2913051

נוטראלער » 2/9/2011 05:52

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה אז עס איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז עס ווערט אויפגענומען 3 נייע חשובע עקספיריענס כלי קודש אין די מוסדות ויואל משה קרית יואל

1)      הרה"ג ר' ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א – מנהל כיתות ה' ו' ז'

2)      הרה"ג ר' הערשל טייטלבוים שליט"א – מלמד כיתה א'

3)      הרה"ג .................. שליט"א – מלמד כיתה ...

(די דריטע איז נאך דערווייל א סוד)

אלע דריי זענען פון די בעסטע כלי קודש וואס קרית יואל פארמאגט אין זענען ביז היינט געווען אין די אנדערע מוסד אין ק"י און גייען ארויס צוליב די נארישע טעראר וואס זיי לייגן אויף די מלמדים נישט צו גיין צו חתונות פון אייגענע געשוויסטער (דרך אגב: דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי זיי האלטן נאך אן די טערער)

נעכטן איז פארגעקומען א שיינע מסיבות לחיים ביי הרה"ח ר' מענדל שווימער אין שטוב מיטן באטייליגונג פונעם רבי'ן שליט"א

liner1 » 2/9/2011 16:40

שווער צי גלייבען. ר' ישראל מאיר'ס פאטער איז א גרויסע חסיד פון מהר"א און ישראל מאיר איז נישט קיין ספעציעלע שונא

דאסטערס » 2/9/2011 17:33

מיינסט מען דארף זיין א שונא כדי צו ווערן מנהל ??

אומזיסט » 2/9/2011 18:26

אבער נראה איז ער פשוט א נאמאלע מענטש וואס גלייכט צו גיין געהעריג ווען א שואגער מאכט חתונה.

אגב, איינער ווייסט צי ער איז געווען ביי די פריערדיגע חתונה פון זיין שוואגער אויכעט? (הערמאן- מאנדל אדר ע"א)?

liner1 » 2/9/2011 18:55

נישט געווען ביי שוואגערס חתונה ווייל זיין טאטע האט נישט געלאזט

lemberg_4 » 2/9/2011 19:10

liner1

ליגענט! ער איז נאך ווי געווען

liner1 » 2/9/2011 22:34

עס האט געהייסען אז ער גייט נישט גיין. קען זיין עס איז געווען (אדער געדארפט צו הייסען) מיט רשות ?

תוקן על ידי liner1 ב- 02/09/2011 22:40:03

נוטראלער » 4/9/2011 04:33

אזוי דער שבת איז סייווי ארויסגערונען דער דריטער נאמען מעג מען עס שוין מפרסם זיין

הרה"ג ר' נחמן חיים יאקאבאוויטש שליט"א - מלמד כיתה ה'

אומזיסט » 6/9/2011 21:35

איך האב מברר געווען אז ער איז למעשה נישט געווען, זייענדיג א איינגעשטעלטער. והיינו דאהני לי' צו זאגן גוד ביי פאר די גאנצע מעשה. ער איז אפילו נישט קיין שטארקער שונא, אויב א שוואכע יא, פשוט א נארמאלער מענטש וואס וויל גיין ווען זיין שוואגער מאכט חתתונה.

ס איז פארפאלן. די אהרונים מאכן א גוטן דזשאב... פאר די זאליס.

מיין פריוואטע מיינונג: די אהרונים ווייזן ווידער און ווידער אויף, אז זיי קענען נישט סערווען ווי די דיפאולט קהילה אין מאנרא, ווי יעדער וואס האט נישט קיין ספעציעלע שייכות מיט איינעם פון די זייטן, זאל זיך קענען אקוועם געפינען.

מאירשלום » 7/9/2011 04:59

וויפיל כתה א איז דא אין ויואל משה ת''ת אין קרית יואל?

קל_וחומר » 7/9/2011 17:04

מאירשלום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפיל כתה א איז דא אין ויואל משה ת''ת אין קרית יואל?

ביי אונז ציילט מען נישט!
אז די ווילסט א נומער, ניץ 673

מאירשלום » 7/9/2011 18:27

וואס ווילסטו באהאלטען. אפשר שעמסטו זיך מיט די נומבערס.

liner1 » 7/9/2011 20:11

האב איך גיט געוויסט אז רבי ישראל מאיר איז נישט געווען ביי די חתונה

קל_וחומר » 7/9/2011 20:34

מאירשלום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס ווילסטו באהאלטען. אפשר שעמסטו זיך מיט די נומבערס.

ב"ה ס'איז נישטא וואס צו באהאלטען, און מען קען עס נישט באהאלטען. די 2 שטאקיגע בנין פון 80,000 סקווער פיס פער שטאק איז אפען פאר יעדעם צו באזוכען.
די נומער 673 איז א טעסט צו וויסען ווי ווייט די ביסט פון Reality אויף קרית יואל פאליטיק.