היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע מנהל און מלמדים אין מוסדות ויואל משה אין קרית יואל!!!

נייע מנהל און מלמדים אין מוסדות ויואל משה אין קרית יואל!!!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2913050

נוטראלער » 2/9/2011 05:52

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה אז עס איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז עס ווערט אויפגענומען 3 נייע חשובע עקספיריענס כלי קודש אין די מוסדות ויואל משה קרית יואל

1)      הרה"ג ר' ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א – מנהל כיתות ה' ו' ז'

2)      הרה"ג ר' הערשל טייטלבוים שליט"א – מלמד כיתה א'

3)      הרה"ג .................. שליט"א – מלמד כיתה ...

(די דריטע איז נאך דערווייל א סוד)

אלע דריי זענען פון די בעסטע כלי קודש וואס קרית יואל פארמאגט אין זענען ביז היינט געווען אין די אנדערע מוסד אין ק"י און גייען ארויס צוליב די נארישע טעראר וואס זיי לייגן אויף די מלמדים נישט צו גיין צו חתונות פון אייגענע געשוויסטער (דרך אגב: דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי זיי האלטן נאך אן די טערער)

נעכטן איז פארגעקומען א שיינע מסיבות לחיים ביי הרה"ח ר' מענדל שווימער אין שטוב מיטן באטייליגונג פונעם רבי'ן שליט"א

מנחם_מענדל » 2/9/2011 07:10

צאתכם לשלום.

צום_ענין » 2/9/2011 16:17

מר. זאלי

ביסט אביסל צעמישט, איינע פון די צוויי איז זייער זייער ווייט פון געלונגען און צו שרייבן "די בעסטע וואס ק"י פארמאגט" מיז מען זיין א עקסטרימער פאנאטישע זאלי....... סך הכל באקומט ק"י נאך צוויי עניים זיך צו ספראווען.......

נוטראלער » 4/9/2011 04:27

צום_ענין עס זעהט אויס אז אדער ביסטו נאך א ראצער וואס האט נאך נישט קיין קינדער אין די חדרים אז די ווייסט נישט אז זיי זענען "די בעסטע" מלמדים אדרבה פרעג דיר נאך

אגב איז דעם שבת שוין סיי ווי ארויס גערונען די דריטע נאמען, קען איך עס שוין ארויפלייגן

הרה"ג ר' נחמן חיים יאקאבאוויטש שליט"א - כיתה ה'


תוקן על ידי נוטראלער ב- 04/09/2011 04:28:54

וואלןסח » 4/9/2011 16:26

נוטראלער, צופיל עלטער פון דעם ראצער ביסטו נישט
אבער איך האב יא ב"ה קינדער אין חדר, און ס"ה פון די דריי איז איינער א געלונגענער, איך זיך נישט צו באשמוצן די אנדערע ממילא שרייב איך נישט ווער ס'איז יא, אבער קיין גרויסער פארלוסט איז עס נישט, ווייל מיר האבן ב"ה פיינע ריפלעסמענטס