איך האב מסכים געווען, און דורכאויס בערך 3 וואכן האבן מיר זיך געשיקט שאלות ותשובות לכאן ולכאן,
אפציעל איז דער שמועס נאך נישט געשלאסן, און אויב עס וועט זיין נאך אינטערסאנטע סחורה וועל איך עס מיטטיילן,
הבהרה: נישט איך בין קיין אפציעלע פארטרעטער פון צד מהר"א, און לכאורה, איז ער נישט פון צד מהרז"ל, די אלע אבזערוואציעס און סברות איז בלויז פריוואטע סברות, וואס דער פשוט'ער פאלנער חסיד פון די 2 צדדים האלטן, און רעפרעזנטירט נישט קיין שום אפציעלע שטעלונג, קען זיין די אבזערוואציעס האט טעותים,
ברשות פון מיין בר פלוגתא, ברענג איך דא די גאנצע שמעוס ווארט ביי ווארט:
הקדמה: דער שמעוס האט זיך באצויגן אויפן פאלגענדע תגובה וואס איך האב געשריבן אויפן פורום:
מארגן קומט ראובן, און פארלאנגט צוריק דעם האמער פון שמעון'ען,
זאגט שמעון, דו ווילסט א האמער?! וועלכער האמער?
וואס הייסט וועלכער האמער?! די וועפסט?! דאס וואס איך האב פון דיר ממש נעכטן געבארגט,
שריי נישט אזוי, זאגט שמעון, בארואיג דיך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך האב נישט געבארגט קיין האמער, דו ביסט דאך דער וואס פארלאנגט פון מיר עפעס, נו דארף מען דאך דא זעהן צו ס'קומט זיך דיר, איך זאג נישט אז נישט,
ראובן ווערט נערוועז, און פארפירט: וואס איז דא צו זעהן?! מאך נישט קיין שטיקעס, אהער מיטן האמער!
ענטפערט שמעון, אפשר קען מען פארהאנדלען?!
וואס פארהאנדלען ווען פארהאנדלען? דו באנדיט!
אוואדי פארהאנדלען! שרייט שמעון, אז די פארלאנגסט א האמער, פארלאנג איך א זעג!
רבונו דעלמא כולם! ווי ביסטו א מחותן מיט מיין זעג?! האסטע געהערט אזאנס!!
האלט פאר שמעון, ראובן'ען, און פרעגט: איך פארשטיי דיך נישט ראובן מיין פריינד, דו זעסט דאך אז יעצט האב איך די האמער און דו די זעג, יעדער האט עפעס, ס'איז שוין סייווי אוזי, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז די דארפסט אלעס! נקוט האי כללא בידך: א מענטש וואס דארף אלעס באקומט גארנישט, איזהו עשיר השמח בחלקו,
שמעון זעהט מיט וועם ער האט דא צו טאן, זאגט ער: איך לויף צום דיין, דיך מזמין זיין לדין! און געזונטערהייט, אויב דו האלטסט אז ס'קומט זיך דיר מיין זעג, זאג עס געזונטערהייט פארן דיין,
ווי לויפסטו? קום צוריק, זאגט שמעון, אפשר קען מען אויסארבעטן אשטיקל פלאן, איך קען גראדע זייער א גוט פראפעשאנעל קאנסאלטענט, מיין גוטער חבר, ער איז אביסל טייער, אבער ער איז ווערד יעדע פעני, ער האט שוין אויסגעגליכן זייער אסאך פארפלאנטערטע סיכסוכים, מיט גרויס געניטשאפט,
די מאפיאנער! וואס איז אזוי פארפלאנטערט פון צוריקגעבן א האמער וואס דו האסט נעכטן געבארגט!
איך זעה שוין, זאגט ראובן מיואש'דיג, איך בין דא אריינגעפאלן מיט א רעפאנירטער באנדיט! א מאפיאנער! און א גנב!
הנמשל:
דא בעהט זיך א קהלה א פשוט'ע פארלאנג, קום צו א נארמאלע דרויסענדיגע בי"ד, אזוי ווי אלע אידישע קינדער און די וועלט, ווי באבוב, קראסנא, וויזניץ, תו"א, וכדומה, וואס איז אזוי קאמפליצירט פון אזא זאך? א איד בעט זיך קום צו די"ת,
וואס איז דער ענטפער, מ'שפילט תם, מ'קען דאך נישט גיין צו א ליטווישע בי"ד,
מסכים, לאמיר גיין צו א היימישע בי"ד,
שפילט מען ווייטער תם, ניין סתם א היימשע בי"ד איז נישט גענוג, ס'מוז דוקא זיין א סאטמארע בי"ד, און נישט נאר א סאטמארע, נאר הייסע זאליס, ווי ר' יצחק מאנדל און ריח"מ פר"מ, און מ'זאגט נאך מיט א בלעכענעם פנים אז דאס מיינט גאר "תובע הולך אחר הנתבע"
רח"ל! געהעריג לצנות געמאכט פון תורתינו הק'
ביני לביני, נעמט מען זיך ברעטשען, "מ'רופט די רבי צו די"ת", וכו' וכו'
נאך א יאר ווי יעדער רעכטדענקיגער מענטש זעהט קלאר אן קיין שום צווייפל אז די באנדיטן האבן קיין שום פלאן זיך צו שטעלן צו די"ת, גייט מען ממש בלית ברירה ע"פ הוראות הרבנים, צו קארט, און מ'זאגט קלאר פארן קארט אז אונזער ענדגילטיגער ציל איז צו צווינגען זיי צו קומען צו די"ת,
הייבט מען אן צו פארפירן מיט פארגלייזטע אויגן, "ערכאות", "ווי איז די היתר", "אין נזקקין",
א אומפארשעמטע העזה שאין כמוה! די זעלבע עלמענטן וואס האבן געהעריג לצנות געמאכט פון די"ת, האבן נאך די חוצפה צו פארלאנגען "ווי איז די היתר"
נאך צוויי יאר אויסזויגן דעם דם התמצית, וועקט מען זיך אויף, איך וויל קרית יואל! און מען שפאנט איין ר' משה מנחם, אז מ'גייט "אויסארבעטן א שלום פלאן",
די באנדיט! די אויסווארף!, וואס פלאן ווען פלאן, וואס מאכסטו עס מער קאמפליצירט ווי עס איז, וואס ברעגסטו אן די צייט פון אזא טייערע איד ווי הר"ר משה מנחם, מ'דארף נישט קיין שום פלאן נישט, מ'דארף נישט קיין שום אויגעארבעטאכטס, בלויז איין זאך דארף מען "קום צו די"ת", אזוי ווי יעדעס אינגעלע חדר ווייסט פאר א פשוט'ער זאך, אויב די האלטס אז קר"י געהער פאר דיר, טענה עס געזונטערהייט פארן בי"ד, אבער קום צו די"ת
צום שלוס:
איך זעה באמת נישט וואס איז דא נאך זיך צו טענה'ן, ביי מיר איז די זאך קלאר ווי דער טאג, פון מיין זייט אז דער חלק השקלא וטרי' געשלאסן, אויב איינער וויל האבן די לעצטע ווארט געזונטערהייט,
איך האף יעצט זיך צו נעמען איבער מיין צווייטן שלב וואס איך האב געצילט דהיינו אויסשמועסן א וועג פון ענדיגן די מלחמות און מחלוקת למען השלום ולמען דורותינו, טראץ דער שורת הדין איז אינגאנצן מיט חסידי מהר"א בלי שום פוקפוק,
ביז אהער איז דער תגובה וואס איך האב געשריבן אויפן פורום,
דא הייבט זיך אן דער פריוואטער אימעיל שמועס,
חסיד_מהרז"ל:
ווי איך פארשטיי פין דיין גאנצע טאנעריי אז דע פראבלעים מיט דע
זאלוינים איז זיי זענען נישט גלייך גענטפערט יא היננו... קען זיין סאיז א טענה עכ"פ
לשיטת בני יואל (זיי האבען אלץ דאס געטענענט אין מען האט זיי באשריגען פארדעים)אבער
למעשה איז דא סדר ווי אזוי דין תורה פירן זיך אין דע זאלונים זענען געגאנגע לויט
דע בוקס זיי האט געגבען 3 בתי דינין, אין פין דע אנדערע זייט האט עטץ נישטא באקימען
קיין היתר צי גיין אין ערכעות
למעשה האבען זיי שוין מסכים געווען לפה"ד צי זבל"א נאר זיי
האבען געהאט לעגטימע טענה פינק ווי עטץ האט טענות אויף וויליאמסבורג האבען מיר
טענות אויף קר"י פארוואס זאל מען עס נישט מאכן איין ד"ת יעצט פארוואס
ריפסטי עס אן לצנות געמאכט פין דין תורה
ראדני_קינג:
זייער פשוט,
ממש דיינע אייגענע ווערטער פארענטפערט אלעס,
די זאגסט אזוי: "דע זאלונים זענען געגאנגע לויט דע בוקס זיי האט געגבען 3 בתי דינין"
לאמיר זיך מתבונן זיין אין דיינע ווערטער, וויזוי איך פארשטיי עס, זאגסטו אזוי, אז היות די זאלונים האבן פארגעשלאגן בתי דינים, און די צאל בתי דינים איז געווען דריי, ענדיגט זיך עס דא, פינטל, נישט קיין נפק"מ וועלכער סארט בי"ד עס איז, זאל עס זיין די גרעסטע מתנגדים פון מהר"א, זאל עס זיין די זעלבע וואס האבן שוין גענומען א שטארקע שטעלונג און דעם סיכסוך, קיין נפק"מ, אזוי לאנג מ'האט פארגעשלאגן א בי"ד, און די צאל איז געווען דריי, האבן די זאלונים האבן שוין געטאן אלעס וואס זיי זענען מחויב צו טאן לפי שורת הדין, און די ארונים מוזן עס אראפשלינגן צו זיי ווילן צו נישט
מסכים, לאמיר אנעמען אז דער סדר הדין תורות איז טאקע אזוי, (איך קען דיר שוין זאגן קלאר אז נישט, דאס איז ממש קובא און כינע, רח"ל, אבער פשוט, "פאר ארגיומענט סעיק" לאמיר מסכים זיין צו דעם) י
מיינט דאך דאס אזוי, אז אויב לו יצויר משה גבאי, אליעזר קעסטנבוים מיט נפתלי בלומענפעלד וואלטן געווען א בי"ד של שלש, וואלטן די זאלונים זיי אויך געקענט פארשלאגן, ווייל, געדענק גוט, מ'גיי מיר דאך דא אויפן מהלך, אז אזוי לאנג מ'גייט לויט די בוקס איז אלעס מסודר, און די בוקס איז לשיטתך דריי בתי דינים וחסל
יעצט האלט קאפ, אזא סארט בי"ד ווי משה גבאי וכו', וואלט דאך יעדער מודה געווען אז מצד פון די ארונים מיינט דאס קלאר אז די אפציע פון בי"ד איז פאר זיי אויסגעשלאסן, ווייל דאס מיינט ממש ווי כאילו די זאלונים זאלן זיך אויסנעמען איידער די דין תורה הייבט זיך אן, אז זיי קומען נאר צו די"ת בתנאי אז דער בי"ד מוז פסק'ן אז די זאלונים זענען גערעכט, נאך פאר מ'זעצט זיך אראפ,
ווייסט וואס, לאמיר אנעמען אז עס טאקע אזוי, אז מ'קען אנטראגן אזא סארט בי"ד וואס דער פארשלאג, אין פראקטיק, פטר'ט זיי אינגאנצן פון די"ת און דאס מיינט גאר "תובע הולך אחר הנתבע"
מיינט דאך דאס אזוי, לויט "דע בוקס"- וויזוי די רופסט עס - האט דער תובע די רעכט ע"פ הלכה צו נעמען דעם דין פון "תובע הולך אחר הנתבע" און עס אזוי ניצן צו מאנעווירן די אומשטענדן זיך צו אינגאנצן ארויסדרייען פון דין תורה,
השתא דאתיין להכא, מיין טייער פריינד, פרעגט זיך די הימלשרייענדע שאלה, איז דאס טאקע "די בוקס", איז דאס "תובע הולך אחר הנתבע", צו קענען מאנעווירן צו אינגאנצן זיך פטר'ן פון דין תורה, דאס איז איז דאך ממש א חילול השם ותורתו,
די זאגסט אז דאס איז דער "סדר ווי אזוי דין תורה פירן זיך " לאמיך דיר פרעגן, מיין ברודער, איז דאס טאקע דער סדר? תא חזי, און די לעצטערע יארן איז שוין געווען דיני תורות און פארשידענע אידישע קהלות, און סאטמאר בכלל, אין ב"פ און אין בני ברק, ממש ביי יעדע איינציגע איז דער בי"ד געווען א היימישע דרויסענדיגע נייטראלע בי"ד, אזוי איז אלס געווען אלע דורות, דאס איז דער סדר
גענוג פארדערווייל
חסיד מהרז"ל:
די האסט אויבען אויף א גיטע נקודה אין עס מיר זייער שווער צי ענטפערן אזאך וואס האט ציטיען מיט דע הלכה, (איך האף שפעטער אביסל אריין קיקן אין זעין וואס טאקע די הלכה) אבער אזויפיל פארשטייסטי אז עס דא א חילוק פון ר' לייזער קעסטענבוים'ס ב"ד מיט ר' יחזקאל ראטה ב"ד א ב"ד וואס פאסקענט שוין יארן דין תורות
נאך א אזאך דעמאלטס תש"ס בערך ווען האט זיך אנגעהויבען דע מחלוקת האט מען נישט גרעדט פין ציטיילען סאטמאר אין עס נישט געווען קיין דיני ממונת שאלה מען קיינעם נישט פרעזענליך געטשעפעט אדער ארויס געווארפען אזוי ווי עס איז געווען ביי בני יואל נאר דע גאנצע מערכה איז געווען ווער איז ראש הקהל ד"מ אין אנדערע ווערטער ווער עס איז רב דא, אזוי פיל פארשטיי איך אז דן זיין אין סאטמאר ווער עס קען זיין רב קען נאר איינער וואס פארשטייט וואס סאטמאר איז,
אין אגב אורחה לויט ווי איך געדענק ביי דריי אנדערע מערכות וואס דעמאלטץ איז ר' אהרן געווען דע נתבע האט ער אויך אזוי גטענענט קודם ווע ר אלטר משה ג"ב האט געריפען צי ד"ת האט ער אר געוואלט נאר גייו צי התחה"ר כאטש דע ברך משה איז געווען דע נשיא דארט אין ער אפילו געהאלטען א דרשה דענצמאלת נאכדעים ביי בני יואל זיי האבען גערשיבען א בריוו אז זיי ווילן גיין צי ד"ת אין משה אפרים שטיימענץ האט זיי ציריק גשעריבען אז דא קען נאר פסקענען אינזערע דיינים און נאכאמאל ביי חרדים פאר זיי האבען אריין אין קארט האבען זיי גשיקט 3 הזמנות אין מע האט זיי גענטפערט דע זעלבע תירוץ אז דא קרית יואל קען נאר פאסקענען דע דינים פין דע קהלה וואס דארט איז געווען א דיני ממונת שאלה אין מען האט ניטאמאל זיי געגבען טשענס פין אנדערע היימישע ב"ד
נאך איין זאך פין דיינע ווערטע פארשטטי איך צד מהר"א זענען יא גרייט אויף א ד"ת פארוואס וויל ער נישט זיך שטעלען אויף קרית יואל פראוואס זאגט ער מען זאל קודם שיקען הזמנה אויב איז אמת ער וויל איין זאך אז דע ד"ת זאל מחליט פארוואס זאל מען נישט זעצען נארמאל צי א ד"ת אויף קר"י אויך
ראדני_קינג:
די האסט א גרויסע טעות, מיין פריינד, די תביעה איז לגמרי נישט ווער ס'זאל זיין רב, דאס איז איינע פון די עיקר בלאפערייען וואס די זאליס פרובירן צו פארמישן די המון,
קען זיין אז ר' זלמן לייב איז סאך מער פאסענד צו זיין רב ווי ר' אהרן, אונזער איינציגער טענה איז אז די "מיטל" וויזוי רז"ל און זיינע אנהענגער זענען געווארן רב און די פירער פון די קהלה, איז קלאר געווען בגניבה ורמאות,
בגניבה, ווייל די אומ'אטאריזירטע עלמענטן - לשיטתינו - האבן זיך באזעצט איבער די נכסי קהלה, דאס איז דאך לכו"ע א קלאסישער קהלה מחלוקה דיני ממנות
וברמאות, ווייל מיר האלטן אז אויב מיר לייגן פאר אונזערע טענות פאר א בי"ד בלי נגיעות קענען מיר איבערצייגן בלי שום פוקפוק אז דער רצון פונעם ברך משה איז קיינמאל געווען דאס וואס די זאלונים ווילן אהערשטעלן
דאס מיינט, איה"נ די רבי און די קהלה האט א רעכט צו אויפנעמען סיי וועמען פאר רב, און קען זיין אז א פרעמדע בי"ד קען דאס נישט דן זיין, אונזער פראבלעם איז נאר אז נישט די קהלה און נישט דער רבי האט איהם געמאכט פאר רב,
און אנדערע ווערטער, אויב לו יצויר ר' זלמן לייב מיט יאנקל קאהאן זאלן ווען פארכאפן די קהלה ורבנות, דורך זיך אריינברעכן אין ראדני סט. אינמיטן די נאכט מיט א קראו-באר, און פעלשן דאקומענטן, וואלט יעדער בר דעת פארשטאנען אז די שאלה איז נישט דא ווער ס'מער ראוי צו זיין רב, די שאלה צו ווער ס'איז רב בגניבה און ווער בצדק,
-------
דיין צושטעל צו בני יואל, האב איך לעולם צו רעאגירן, איך האלט אז ס'לגמרי נישט דומה, אבער איך בין נישט גרייט צו עפענען א אנדערן נושא וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות, ועוד חזון למועד, דערווייל וועל איך בלויז מקבל זיין אז מעגליך די קהלה איז נישט גערעכט געווען, אבער דאס טוישט די הלכה
-------
לגבי קרית יואל, וועל איך ניצן דיין טענה, מיר טוען לויט "די בוקס" רוף אונז צו די"ת און אונז שטעל מיר זיך תיכף אן צעגערייען, אויב ווילט עטס דוקא אז ס'זאל זיין איינס מיט די וומ"ב סיכסוך, פארלאנג מיר אונז אז בי"ד זאל קודם הערן די צדדים לכאן או לכאן, אפשר איז עס יא איינס אפשר נישט, פארוואס זאל נישט א בי"ד דאס קודם אויסהערן
חסיד מהרז"ל
מיין פריינד עפעס פארשטיי מיר זיך נישט
די ביסט מודה אז דע מערכה איז געווען איבער דע רבנות נישט מען האט עפעס ציגענימען ווי א שטייגער ביי בני יואל וואס מע האט זיי ארויס געווארפען פין אלע קהילשע רעכטען אפילו מקוה טהרה אין בית החיים, דא האט מען יעדען געלאזט ווייטער דאווענען מען האט יעדען ווייטער באגראבען אין בה"ח דע איינציגע טענה איז אז דע רבנות איז נישט אויסגעהאלטען עס איז געווען בגניבה נא על זה אני דנין יא אפילו זיי וואלטען געקימען באישון הלילה מיט א קראבארט וואלטען זיי אויך געהאט א לעגעטימע טענה (עכ"פ אזוי מיין איך),דע טענה פין דע דיינים איז אז אינז האט מען אויפגענימען צי פירען דע רחניות פין דע קהלהאין אינז האלט מען אז ר' אהרן טאר נישט זיין רב אין דע קהלה, אין א פרעמדע ב"ד וואס ווייסט נישט וואס סאטמאר איז וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין
------
יעצט לגבי קר"י פארשטייסטי אז מען קען זיך פירען לויט דע בוקס איז פארוואס האסטי טענות ווימ"ב אז זיי טיען ווי דע בוקס
ראדני_קינג
ביסט אויסדרוקליך נישט גערעכט, אוואדי פארשטייט יעדער אז די קאנצעקווענצן פון די תביעה איז ווער דער רב/רבי וועט זיין, אבער דאס איז א דבר פשוט מאוד אז ווען איינער איז ע"פ יושר וע"פ הדין בעה"ב אויף געוויסע נכסים אדער א קהלה, איז לגמרי נישט נוגע ווער דער רב אדער רבי וועט זיין אדאנק דער בעה"ב, דאס איז עפעס וואס ר' זלמן לייב זאל זיך אליינס ספראווען דערמיט, מ'קען נישט בא'גנבע'נען און באשווינדלען איינעם ווייל מ'האלט אז איינער איז מער געאייגנט צו זיין רב,
איז דען נישט אזוי אין באבוב, וויזניץ, קראסנא, בארא פארק, איין צד וויל רמ"ד דער אנדערער רב"צ, איינער וויל ר' ישראל דער אנדערער ר' מענדל, איינער וויל רב פריד דער אנדערער רב ליכטער, וכדומה וכדומה, אין מיט דעם אלעם האט א דרויסענדיגע בי"ד באהאנדלט ווער איז בעה"ב אויף די "נכסים" מ'האט קיינמאל באהאנדלט ווער ס'איז א גרעסערע צדיק,
משל למה הדבר דומה,
איינער וואוינט זיך און זיין אייגן הויז פאר לאנגע יארן צום גוטן, איין טאג איז ער מחליט אז ער גייט אפ-פעינטן די גאנצע הויז שווארץ, ממש אלעס, ווענט, די דאך, די פלאר,,
אומר ועושה, ער לויפט קויפן די פארב און פעינט אלעס אפ שווארץ, איך ברויך נישט זאגן, ס'קוקט אויס חלשות,
מארגן רופט ער אריין זיין שכן צו ווייזן זיינע שיינע נייע געפארבטע הויז, דער שכן קוקט זיך אים, ער מיינט ער פאלט חלשות,
דער שכן האלט עס נישט אויס, נאך יענעם נאכט ברעכט ער זיך אריין אין הויז שטילערהייט, און פעינט שנעל אפ אלעס ליכטיג בלוי,
דער בעה"ב רופט דעם שכן אין געריכט, הלמאי דו קומסט אריין און מיין הויז במחתרת און די פעינסט מיט א קאליר וואס איך גלייך נישט,
רופט זיך אן דער שכן, אדוני השופט, דער שורש הטענה איז נישט ווער ס'איז בעה"ב נאר וועלכער קאליר איז שענער שווארץ אדער בלוי, איך מיין אז די געריכט איז נישט געפאסט צו פאסן א באשליס וועלכער קאליר איז שענער,
הנמשל מובן
דא איז דא א ריינע ממנות תביעה, און מ'מוז דאס באהאנדלן, אפגעזען פון די קאנצעקווענצן, אזוי ארבעט עס ביי אלע תביעות פון גרויסע קהלות
------
לגבי קרית יואל האב איך דאך די נעכטן מסביר געווען בטוב טעם, אז ס'פשוט נישט מעגליך צו זאגן, אז די סארט הצעה, די 3 בתי דינין, וואס די זאלונים האבן פארגעשלאגן זאל קענען פארעכענט ווערן אלס לויט "דע בוקס" עיין לעיל
חסיד_מהרז"ל
אונזער איינציגער טענה איז אז די "מיטל" וויזוי רז"ל און זיינע אנהענגער זענען געווארן רב און די פירער פון די קהלה, איז קלאר געווען בגניבה ורמאות אזוי האסטי גשריבען
זאגסטי דאך אז די גאנצע מערכה איז געווען אויף דע רבנות נאר עס געווען בגניבה
איך רעדט פין אנהייב מערכה ווען מאיז נאכנישט געווען ציטיילט דעמאלט איז דע גאנצע מערכה געווען איבער דע רבנות יעצט איז אוודאי דיני ממונת שאלה פינק צווי שותפים וואס ציטיילען זיך
יעצט ווען עס איז שוין יא א דיני ממונת שאלה טענעהט ער האסט מיר געריפען שלא ברשות ב"ד אין קארט אין האסט פארלוירען אין נזקקין ,נאר לפה"ד בין איך גריייט צי גיין צי ד"ת נאר מיט צווי תנאים איינס ר' אהרן זאל אינטער שרייבען שט"ב אין צווייטענס מען זאל אויך דן זיין איבער קרית יואל וואס עס איז דע זעלבע טענות וואס עטץ האט אויף ווי"ב האבען אינז אויף קר"י ,טעננעהט עטץ אז שיק מיר קודם הזמנה דאס הייסט סתם ליצנות געמאכט ממ"נ ווילט עטץ ד"ת וואס דע פשט פינעם ווארטען אויף הזמנה אז עטץ ווילסט נישט ד"ת דעמאלטס וואס ווילסטי פין ווימ"ב
בקיציר אנהייב ווען דע גאנצע מערכה איז געווען דע רבנות האט נאר געקענט פירען דע ד"ת איינער וואס פארשטייט וואס סאטמאר איז ,יעצט ווען עס איז נאר לפה"ד בעט זייער נארמאלע זאך אינז האבען נאך א גשעפט וואס אינז זענען שיתפים איך וויל מען זאל דארט אויך דן זיין
----
יעצט לאמיר טאקע פארשטיין פארוואס וויל עטץ טאקע נישט דן זיין אויף קר"י אויב דעיס קען ארויס שלעפן דע גאנצע זאך פין ערכעות?
ראדני_קינג
כ'פארשטיי באמת נישט פון דו נעמסט די אויפטוה פון "אנהויב" און "יעצט", כאילו לכתחלה זענען תביעות געווען איבער איין זאך און שפעטער האט זיך עס געטוישט איבער א צווייטע זאך,
לגמרי נישט,
ס'אלס געווען איבער איין אישו, בעלות איבער נכסי קהל יטב לב, אדרבא קוק אויף די הזמנה, קוק אויף די קארט דאקומענטן, און ערגעץ שטייט נישט אז ר' אהרן רופט ר' זלמן לייב צו די דין תורה איבער דאס רבנות, איבעראל שטייט אז בערל פרידמאן וחבריו רופן יאנקל קאהאן וחביריו איבער ווער עס האט רעכט צו פארפיגן אויף די נכסים,
------
פרעגסט מיך וועגן קרית יואל, פון וואנעט נעמסטו אז מיר זענען נישט גרייט צו דן זיין איבער קרית יואל? האסט אונז דען אמאל געשיקט א הזמנה? שיק א הזמנה, גלייב מיר, מ'וועט נישט צעגערן קיין איין מינוט,
עטס ווילטס נאר, אז פאר מ'הערט אויס די צדדים זאלן די ארונים שוין נאכגעבן א געוויסער טענה אז "קרית יואל איז תלוי אין וומ"ב" און ס'איין זאך, פרעג איך דיך איז דאס יושר? צו נאכגעבן א געוויסער טענה איידער א בי"ד הערט אויס ביידע צדדים,
אגב איז באמת שווער צו פארשטיין, אויב עטס האלטס אז די ארונים האבן צו'געגנבעט פון די זאליס קר"י, אזא גרויסער טייערע פארמעגן, פארוואס נעמט עטס נישט אליינס די איניציטיוו צו שרייען געוואלד מ'האט אונז באגאנוועט, עטס וואלטס שוין לאנג געדארפט גיין צו די"ת אדער קארט, אדער סתם מוחה זיין, דערווייל גארנישט שא שטיל, ס'מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס,
נאר וואס דען וויזוי איך האב געזאגט, "אז דו ווילסט א האמער וויל איך א זעג" גלייב מיר מיין פריינד, אז דאס איז עס, זיי ווייסן זייער גוט אז זיי האבן קיין שום יסוד'דיגער טענה איבער קרית יואל, ווען יא וואלטן זיי שוין לאנג גערופן צו דין תורה, אדער זיך עכ"פ עפעס אנגערופן, דאס איז אלעס
SHAM
חסיד_מהרז"ל
איך וויל דא נאכמאל קלאר מאכן איך בין נישט דא דיר צי טוישען איך בין נאר א מענטש וואס גלייכט צי פארשטיין א צווייטען אויך , אין אדרבה אויב ביסטי אניטערסירט צי פארשטיין די צוויטע זייט פין דע מטבע בין איך גרייט אז נישט איז מיר אויך גיט
יעצט צים ענין איך שפיר מיר זענען נישט אויף איין פעיזש איך רעדט פין איין זאך אין די פין א צוויטען , איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר זאגען וואס איז דע טענה פין ר"א זייט פין ערשטע מיניט געווען אין וואס וואלט געווען ריכטיג אז רז"ל זייט זאל טיען אין וואס האבען זיי למעשה נישט ריכטוג געטיען לאמיר אנהייבען פין דארט וועל מיר זיך בעסער פארשטיין
ישר כח
ראדני_קינג
איך שפיר גראדע אז מ'זעמיר יא אויף איין פעידש, איך מיין אז ביז דערווייל האב איך אלעס מסביר געווען בטטו"ד לויט וויפיל מיין שכל דער אייבישטער איז מיר חונן דעת, און איך בין גרייט צו זיין געדילדיג ווי וועט מעגליך און ממשיך זיין
לענינינו, דו פרעגסט וואס פונקטליך וואלט געווען די ריכטיג שריט, מצד רז"ל, זייער פשוט, איך וועל עס מאכן גרינג פאר דיר,
טו א קוק אויף די דין תורה אין בארא פארק, קוק אויף די דין תורה אין בני ברק, קוק אויף די די"ת און באבוב, קוק אויף די דין תורה אין קראסנא, קוק אויף די דין תורה אין תולדות אהרן,
דאס פונקטליך וואלט איך געוואלט זעהן, למה נגרע?
פארוואס איז פאר קיינעם פון די אויוונדערמאנטע קהלות נישט בייגעפאלן צו טענה'ן תהלוכי הקהלה, טראץ וואס ממש ביי אלע איז דער שורש המחלוקה ווער זאל זיין רבי, מיטדעם אלעם האט יעדער פארשטאנען איז דא איז דא א ריינער ממנות סיכסוך און דאס מוז באהאנדלט ווערן אפגעזען וואס די רבנות קאנצעקווענצן זענען,
(און אגב, איך קען דיר שוין זאגן מיט א ברירות, אז אפי' לו יצויר ווען דער תביעה וואלט געווען א דירעקט איבער רבנות דהיינו ר' אהרן פערזענליך קעגן ר' זלמן לייב פערזענליך, וואלט ווען אויך געווען א דבר פשוט אז דער דין תורה וואלט געדארפט זיין ביי א דרויסענדיגע נייטראלע בי"ד, און די קורות הדורות פון די לעצטיגע פאר הונדערט יאר און אמעריקא און אין אייראפע, זענען געווען הונדערטער אזעלכע סיכסוכים פון ירושה אדמורו"ת און רבנות פון שטעט און שטעטלעך און אלס האט א געהעריגע ממנות בי"ד עס דן געווען, דאס איז נאר אגב ווייל בנידון דידן איז עס א ממנות סיכסוך, ווי געשמועסט)
חסיד_מהרז"ל
איך וועל שרייבען וויאזוי איך גדענק, איך וועל נישט שרייבען דע פרטים וואס איז נישט וויכטיג פאר אינזער שמיעס אין די וועסט מיר אויסבעסערן אויב שרייב עפעס נישט ריכטוג
אנגעהויבען האט זיך עס אין ווען מען האט אויפגענימען רז"ל פאר רב אין א טייל פין דעמאלדיגע קהילה פירער האבען נישט מסכים געווען צי דע התמנות האט מען ציגעשטעלט עטליכע נייע גבאים שפעטער האט מען פארלאנג אז אלע קהילה לייט זאלן אינטערשרייבען א דאקמענט וואס פארלאנגט אז אלע סוכסום וועל נאר דער אייגענע דיינים דן זיין אין עטליכע האבען נישט געוואלט אינטערשרייבען האט זיי ארויס געווארפען פין אלטץ פירער זיי זענען וויטער געווען אין קהל נאר פירער האט מען זיי נישט געלאזט זיין, אויף דעים ארויף האבן זיי אנגעהויבען צי פארפירן אין דע דרשות אין דע בלאט פין דעמאלטץ איז אלעס געגאנגען אויף איין ניסח אז מיר ווילען פירען דע קהלה, דארף פארשטיין דעמאלטץ האט נאך דער ברך משה געלעבט אין מען האט זיך נישט געהאלטען ביים טיילען אלע האבען געדאווענט אין איין שיהל, אין דע הזמנה האט מען נאר געטענעט אז אפזאגען זיי פין ראשי קהלה איז געווען שלא ביושר ווייל דע קהלה געהערט פאר דע מעמבערס נישט פארן רבין (אגב מיט דעים האלט איך זענען זיי 100% גרעכט מען האט קיינמאל נישא אויפגענימען דעים ברך משה כ"ו אב תש"מ אז דאס זאל זיין פרעזינלכע פארמעגען)
נאך עטליכע יאר האט ר"א אנגעהויבען צי מאכן שבת פאר זיך דעמאלטס האט שוין גרעדט פין טיילען אבער דעיס איז שוין געווען 3-4 יאר שפעטער איך גדענק נאר נישט אויב דאס געווען נאכן ערשטען געווינס פין באראש אדער פריער אבער דאס איז אמאל זיכער אז דאס געווארען שפעטער, כאטש יעדער האט געוויסט אז עס גייט קימען צי טיילונג איין טאג אבער דאס געווען דאמירן בעלמא נישט אויף למעשה
דאס זענען דע טריקענע פאקטען וואס איז נוגע לעיניני אדרבא טאמער די דיסאגרי אדרבא לאמיר וויסען
------
יעצט וועגען די ד"ת
סאיז דא צוויי מינע וועגען וויאזוי אידן גייען צים דין תורה איינס צוויי אידן וואס האבען א סוכסוך ביידע וויסען אז טאר נישט גנבענען אין מען פארדינט גארנישט פין נעמען פין יענעם א שווה פרוטה זיי גייען צים דין תורה אן הזמנה ווייל ביידע האבען איין ציעל וויסען וואס דע תורה וויל, וואס אבער דע מעשה ווען איינע פין דע בעלי דינים איז דא צי געווינעם אים אינטערסירט נישט דע תורה דעמאלטס האבען אינזער הייליגע חז"ל אראפ געלייגט א וועג וואס א יוד דארף טיען פארשטטי זיך דענסמאל דארף דע אנדערע זייט טרייען וואס איז דע בעסטע פאר אים, (מיט דעים איז אלס דא א וועג ווי אזוי דער אויבער חכם קען זיך ארויס דרייען)
יעצט לעניני ביים אנהייב ווען ר' בערל האט געריפען צים ד"ת דעמאלטס איז געוען ענין ווער זאל פירען דע קהילה וואס דע עיקר מיינט דאס דעיס רבנות אין יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט נישט קיין שייכות מיט סאטמאר א שטייגער ווי נארווארדעקע בי"ד קען נישט זאגען ווער עס איז פאסיק צי פירען דע סאטמערע קהלה
היינט צי טאג וואס מען שלאגט זיך נאר איבער בנינים. ווען דע רבי'ס וואלטען נאר געזיכט דעים רצון השם אין זייער איינציגע ציהל וואלט געווען נאר דעים ציבור נישט זיך וואלטן זיי זיך אראפ געזעצט מיט אפאר פארשטעליכע בעלי בתים אין זיך ציטיילט אויף בעסטע וואס שייך אין עס וואלט געווען שלום על ישראל, ליידער האלט מיר נישט ביין דעים מצב יעדער זיכט צי געווינען (גראדע האלט איך אז רז"ל וואלט עס ווען געטיען נישט ווייל ער איז דע גרויסע צדיק נאר ער איז פשוט א פראקטישע מענטש ער ווייסט אז ר"א האט אויך א ציבור וואס זיי זענען אלע יארן געווען אין דע קהילה אין קען זיי נישט סתם ארויס ווארפען) יעצט טענענט זייער נארמאל (עכ"פ אין מיינע אויגען) ווילסט זיך זעצען צי דין תורה אינז זענען שותפים אין ווי"ב אין קרית יואל איז נאר נארמאל לאמיר מאכען איין די"ת פארשטיי זיך בי"ד קען זאגען אז קר"י געהערט אינגאנצען פאר ר"א אין ווי"ב דארף מעע זיך ציטיילען אבער פ"וו זאל ער אופגעבען זיינע רעכטען אויף קר"י, די פרעגעסט פ"וו שיק ער נישט הזמנה אויף קר"י איז זייער פשוט אים איז זייער גיט יעצט איין בנין אין ווי"מ איז ווערד ווי 4 בנינים אין קר"י פארוואס זאל ער ריפען צים ד"ת, אין דע סיבה פארוואס ר"א וויל נישט דן זיין איבער קר"י כאטש ער קען נאר פארדינען איז זעלבע טעם פארוואס ווען דער הארדענקער האט געוואלט מאכן פשרה אין רז"ל איז גרייט געווען מען זיך טיילען סיי אין קר"י אין סיי אין ווימ"ב נאר ר"א נישט געוואלט ווייל ער איז נישט גריייט משלים זיין מיטן מציאות אז אין קר"י איז דא נאך א לעגעטימע קהלה וואס האט נישט מיט אים
נאבאמאל איך שרייב וואס טראכט אדרבא אז די האלסט איך בין נישט ריכטיג עני טיים
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת
ראדני_קינג
כעל נאכאמאל קלארמאכן וואס איך האב שוין געשריבן בעפאר,
דאס ביסטו, קען זיין, 100% גערעכט, אז לכתחלה איז די מטרה פון די דין תורה, זייער מעגליך געווען צו אנולירן רז"ל רבנות, קיינער גייט דאס נישט פארלייקענען, אבער איך זעה נישט ווי עס כאפט א נפק"מ, די מציאות איז אז אויף פאפיר איז די תביעה זיכער נישט געווען איבער קיין רבנות, דאס קען מען זעהן שווארץ אויף ווייס אויף די הזמנות, די איין איינציגע תביעה איז נאר געווען, אז די אומאטאריזירטע מענטשן האבן זיך באזעצט שלא כהלכה ובגניבה אויף די ווירטשאפט פון די קהלה, און דאס איז לכל הדיעות א קלאסישע ממנות סיכסוך,
יעצט טראכט אריין, אויב לו יצויר ס'וואלט למעשה נישט געווען קיין שום נפק"מ צו בערל פרידמאן איז ראה"ק צו יאנקל כהנא, לאמיר זאגן ביידע שטיצן דעם זעלבן רב, און לאמיר זאגן דער ברך משה איז לכל הדיעות נייטראל, וואלסטו דאך יעדער מודה געווען אז בערל פרידמאן וואלט געהאט א רעכט צו רופן צו דין תורה, סתם מיט א טענה אז מיר קומט זיך די פאזיציע, ווילסטו יעצט קומען מיט א סברה אז היות די קאנצעקווענצן, זענען שרעקליך גרויס דהיינו ס'העט מעגליך טוישן דאס רבנות, פארלירט דער תובע זיינע רעכטפולע רעכטן, דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן, רופסט מיך צו דין תורה? אויב פארליר איך נאר 10 דאלאר קום איך, אויב אבער קען איך פארלירן א מיליאן דאלאר דעמאלטס קום איך נישט, ווייל דאס איז שוין צופיל געלט,
דאס איז נישט קיין תהולכי הקהלה, דאס איז ענדערש חוקי סדום
לאמיך דיר עפעס פרעגן, עטס רעט אזוי פון די תהלוכי הקהלה, אז פרעמדע דיינים קענען נישט פארשטיין די מהלך וויזוי סאטמאר ווערט געפירט, צווישן מיר און דיר גערעט, טראסט מיך, איך בין א סאטמארער דורי דורות, איך קען גוט ספרי רביה"ק זי"ע, איך בין זיך נוהג מיט יעדן מנהג וויזוי רביה"ק האט זיך נוהג געווען, כפי מה שידי מגעת, איך קען כמעט יעדער היסטאריע אין סאטמאר, איך מיין אז מיך קענסטו מסביר זיין וואס די אייגנארטיקייט פון די תהלוכי קהלות סאטמאר, אדרבא זאג מיר, איינמאל פאר אלעמאל, וואס דאס איז, און ווי בהדרכי רבינו זצ"ל געפין מיר די מהלך, קענסט מיך געטרויען אז איך פארשטיי גוט סאטמאר
דערווייל, די איין איינציגע תהלוכי הקהלה וואס איך פארשטיי פון ענק - וואס קיין פרעמדע רב וועט עס טאקע נישט פארשטיין - איז אז היות ר' אהרן טויג נישט, איז מותר צו טאן אלעס אין די וועלט אז ר' אהרן זאל נישט זיין רב, דו האסט דאך אליינס מודה געווען אז אפי' זיך אריינברעכן מיט א קראובאר אינמיטן די נאכט איז אויך מותר, ממילא אפי' אויב ע"פ שורת הדין געהער די קהלה מיט נכסים פאר די אהרונים, איז אבער בכגון דא מעג מען זיי באגאנבענען כדי צו פארמיטן אז דער אומקוואליפיצירטער רב זאל נישט קומען צו קיין שררה,
קודם כל, אויב דאס איז די סאטמארער מהלך, (רח"ל) אז מ'מעג אלעס טאן אין די וועלט, כדי אז דער אומקוואליפיצירטער קאנדידאט זאל נישט ווערן רב, מאי כולה רעש אז די ארונים זענען געגאנגען בערכאות, דאס איז דאך תהלוכי קהלה, אז אלעס איז מותר צו טאן, צו פארמיטן דעם נישט ריכטיגען רבנות, נו זיי זענען גענאגען בערכאות צו ארויסווארפן ר' זלמן לייב,
שנית, וואס האט דאס מיט סאטמאריזם, דאס האט ענדערש מיט משה גבאי'יזם, אדרבא דער יסוד היסודות און דער רבינ'ס הדרכה וואס ער האט אין אונז שטענדיג אריינגעפרעדיגט איז מסירות נפש פאר יעדן קיצו של יוד אין שו"ע, אן קיין פשרות, אן דא ווארפט מען אוועק דעם גאנצן חושן משפט דעם גאנצן לא תגנוב, צוליב שררה אין געלט, דאס איז ממש דער היפך פון סאטמאר,
------
שנית, איבער קרית יואל,
איז אזוי, די עצם טענה ותביעה וואס די ארונים האבן גע'טענה'ט, האט זיך בעצם קיינמאל נישט געטוישט פון די ערשטע מינוט עד היום הזה, דהיינו אונז וויל מיר אונזער טאג ביי א נייטראלע בי"ד זאל אויסהערן אונזער טענה אז אנשי רז"ל האבן זיך באזעצט אין די קהלה בגניבה, און זאלן צוריק געבן די גניבה פאר די רעכטפולער בעלי בתים, פינטל, ס'האט גארנישט מיט ירושה, גארנישט מיט דעם ווייל ר' אהרן האט אויך מענטשן, אפי' ר' אהרן זאל נאר האבן 1 מענטש, האב מיר אונז א רעכט צו תובע זיין וואס מיר האלטן אז מ'האט פון אונז גע'גנב'עט,
וואס דען, היות ס'איז פאריבער 2-3 יאר, און די זאלונים האבן סוקסעספולי זיך ארויסגעדרייט פון די"ת, פארפאלן ס'זיי גוט געלונגען די שייגץ שטיק, איך געב די זאליס פולע קרעדיט, בראווא! און קיין קארט האט זיי אויך נישט געוואלט ארויסשטעלן, כידוע, איז פשוט אין פראקטיק אזוי געווארן אז די ארונים האבן געמאכט א חשבון אז ארויסשטעלן ר' זלמן לייב איז שוין נישט שייך, האבן זיי פרובירט צו אפשוינען אפאר בנינים, אבער צו זאגן אז לכבוד דעם זאלן די אהרונים אוועקגעבן אויך קרית יואל, דאס איז דאך א געהעריגער חוטא נשכר, זו תורה וזו שכרה? א מין מעשה, פאר 3 יאר שפילט געימס מיט תהלוכי הקהלה, און לכבוד דעם האט מען נאך די העזה צו בעטן קרית יואל אויך, הרצחת וגם ירשת, קענסט געזונטערהייט פארלאנגען קרית יואל מיטן טענה "אז איך האב אויך מענטשן", אבער דאס איז ווייט נישט די זעלבע סארט טענה וואס די ארונים טענה'ן אין וומ"ב, איבערהויפט אז די האסט ארומגעשלעפט די ארונים שלא כדין די אלע יארן, און די ארונים זענען מסכים זיך צושטעלן צו די"ת איבער קרית יואל בכל עת ובכל מקום,
איך האף יעצט וועסטו שוין אביסל בעסער פארשטיין די אנדערע זייט פון די מטבע
עד כאן השמעוס אויף דערווייל