קהל יטב לב עפענט דריטע לאקאל פאר פלייש און טעיק אוט אין וומסב"ג
היינט איז געמאלדן די פריידיגע בשורה אז קהל יטב לב וועט בקרוב עפענען א פרישע לאקאל פאר די בארימטע "סאטמאר בוטשער".
קהל יטב לב ד'סאטמאר פארמאגט שוין היינט צוטאגס ב"ה פלייש געשעפטן איבעראל ווי עס וואוינען אנ"ש, אין קרית יואל איז גאנץ לעצטנס געעפענט געווארן א בוטשער, אין בארא פארק איז אויך דא א בוטשער וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה הגה"צ דומ"ץ בארא פארק, און מען גרייט זיך שוין צו עפענען א צווייטע לאקאל אין בארא פארק צו קענען אקאמאדירן די קאסטומערס אין די פארשפרייטע בארא פארק.
אין וויליאמסבורג גופא גייט מען שוין עפענען די דריטע. דאסמאל אין ניי - ניי וויליאמסבורג הארט נאנט צום פראכטפולע סאטמארע ביהמ"ד וואס געפינט זיך אויף מוירטעל עוו געבויט דורך די חשובע יאקאבאוויטש ברידער.
עס איז צום ערווארטן אז אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן שטיצע און איינקויפן אזוי דערמיט שטיצט מען די ריזיגע אימפעריע פון די הייליגע סאטמארע מוסדות בנשיאות כ"ק עטרת ראשינו מרו רבינו שליט"א וואס פארמאגט בליעה"ר א ערך פון צעהן טויזענט תלמידים ותלמידות כן ירבו.
ויאכלו ענבים וישבעו.