היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » קהל יטב לב מקדש פרישע ביה"ח אין ניו דזשערסי

קהל יטב לב מקדש פרישע ביה"ח אין ניו דזשערסי

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2912544

SatmarHQ » 30/8/2011 19:05

שטייענדיג פונקט צוויי יאר זייט קהל יטב לב האט אפגעקויפט און מקדש געווען א בית החיים אין קרית יואל, קומט יעצט אן די נייעס אז קהל האט איז היינט אפגעקויפט א נייע חלקה אין ניו דזשערסי, די נייע חלקה געפינט זיך אונטער די אלטע חלקה.
 
ויה"ר מ'זאל עס נישט דארפן נוצן.

געכאפטער1 » 30/8/2011 20:02

אפשר קען מיר איינער באמת מסביר זיין וואס דא גייט פאר, ווער דארף יעצט נאך א בית החיים, די שטח אין קרית יואל איז ריזיג גרויס אז לכאורה נאך א גיטע 40 יאר קען מען דאס ניצן (האפנטליך וועט זיך דאס קיינמאל נישט אנפילן)

אפשר קען איינער דא קלאר מאכן וואס דא גייט פאר

SatmarHQ » 30/8/2011 20:27

עס איז דא וואס ווילן ליגן אין ניו דזשערסי ווייל זיי האבן דארט משפחה מיטגלידער, אויך איז נישט איינגעפירט צו לייגן אין קרית יואל קליינע קינדער וואס ווערן נפטר פריצייטיג רח"ל.
 
זאל דער השי"ת מען זאל נישט דארפן צוקימען עס צו ניצן.

לאנצוט » 30/8/2011 22:58

הבהרת הדברים:

איך האב געהערט פונעם משמש ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו אז מ'האט געקויפט 20 ערטער פון איינעם פריעדמאן.
אמאל האט דאס באלאנגט פאר יראים.

מ'האט דערווייל נישט געקויפט קיין חלקה.