היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די הוריקען מיינט טאקע אונז!!!

די הוריקען מיינט טאקע אונז!!!

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2912309

outspoken » 29/8/2011 18:11

מיר אידן וויסען אז ווען ס'געשענט א צרה אויף די וועלט איז עס וועגן אידן, אזוי ווי די גמרא זאגט  אמר רבי אליעזר בר אבינא אין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל (יבמות סג.) זאגט רש''י ליראם כדי שיחזרו בתשובה,דאס איז אפילו ווען ס'גשענט ביי א פלאץ וואס טוט נישט אפאקטירען קיין אידן,

די הוריקען האט אפאקטירט 80 מיליאן מענטשן און נאר 26 זענען געשטארבען, ליידער איז 2 פון אונז, און איין קינד איז זקוק לרחמי שמים מרובים,  וכי כך הוא החשבון  נאר רבותי די רבונו של  עולם וויל אונז קלארער מאכען אז מ'מיינט אונז.