ב"פ - היינט אין "דער איד" איז באקאנט געווארן די פרייליכע נייעס אז עסקנים אינעהאלב קהילותינו הקדושה מיט די הילף פון מוסדותינו הק' אין וו"ב האבן אינטערגעשריבן קאנטראקטן אויף בנינים וועלכע וועלן אריינעמען אין זיך אונזערע צאן קדשים די תשב"ר, נורסורי און קינדערגארטן, אינגעלעך און מיידלעך.
אין די לעצטערע וואכן און חדשים איז פארגעקומען צענדליגע אסיפות בהתייעצות ובברכת קדשו פון נשיא המוסדות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי ס'האבן זיך אריינגעווארפן א עטליכע געטרייע חשוב'ע עסקנים, בעלי בתים ואברכים נכבדים אישי הציבור פון בארא פארק, צו ערמעגליכן דאס צו קענען דורכפירן, מיט איין הייליגן ציל: צו פארזיכערן דעם ערליכן רוחניות'דיגן צוקונפט פון דער סאטמארער עדה הקדושה אין בארא פארק.
באזונדערע אסיפות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיט די באטיילוגונג פון הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ הקהלה וחבר ביד"ץ דקהלתינו הק', צוזאמען מיט עטליכע תלמידי חכמים ומחנכים מופלגים, וואו עס איבערגערעדט געווארן די רוחניות'דיגע אויפגאבע פון שאפן א ועד החינוך און א ועד ההורים, וואס זאל טאקע פארזיכערן אז דער מוסד זאל געפירט ווערן דוקא אויף דעם דרך המסורה לנו פונעם מייסד הקהלה והמוסדות מרן רבינו הקוה"ט זי"ע.
לויט ווי די עסקנים גיבן איבער ארבעט מען איבערמידלעך אהערצושטעלן א שטאב פון די בעסטע מחנכים און מחנכות וועלכע וועלן זיך אפגעבן מיט די עבודת הקודש פון אויפהאדעווען אונזערע צאן קדשים מיט א שטארקע ווארעמקייט און איבערגעגעבנקייט.
לויטן פלאן וועט די נייע אדמיניסטראציע ארויסשיקן במשך די קומענדיגע טעג די לאנג ערווארטעטע אפליקאציעס מיט די אדרעס און טעלעפון נומער פון די מוסדות, אזוי אויך וועט זיין בייגעלייגט בריוון צו די עלטערן ווי מען וועט אינפארמירן דעם ציבור מיט מער פרטים.

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 25/08/2011 18:28:12