ס'באמת א גרויס ווייטאג, צו זען די הימל'שרייענדע אומ'קאמפיטענט, און אומ'יושר, (עכ"פ בעיני הבריות, וואס דאס איז גענוג און נאך א חורבן), פון די אלע היי-פרופייל דין תורה'ס
עד היכן יגענו?!
שטייט דא ק"ק סאטמאר מהרז"ל ב"פ, זיי האבן א הלכה'דיגע תביעה קעגן די ארונים, לפי טענתם האט מען זיי בארויבט מיליאנען דאלארן, ווי קען אזא דין תורה זיך שלעפן פאר יארן און קיין ענדע, דאס איז געהעריג עיוות הדין און אומפאראנטווארטליכקייט,
ממה נפשך אויב זענען די ארונים גערעכט, פארוואס זאלן די זאלונים זיין אזוי נישט אהער און נישט אהין פאר אזא לאנגע צייט, ווער ווייסט ווי שיין זיי וואלטן היינט געהאלטן ווען זיי וואלטן ווען שוין געעפנט מוסדות 5-6 יאר צוריק, אפגערעט אויב האבן זיי יא א שטארקע מקום צו זייערע טענות, ווי איז די יושר די אלע יארן זיי צו מונע וואס ס'קומט זיך זיין כדת וכדין
ליידער ליידער איז דער עמטליכער מדובר אויפן גאס, אז די ארונים גיין אין קארט און וומ"ס, זענען שוין בעסער אנגעקומען ווי די זאלונים דין תורה, קודם דאס אז ס'האט זיך געענדיגט שנעל איז א געווינס, און נאכדעם דאס אז למעשה זענען אויף פאפיר די אהרוני קהלה די זעלבע בעלי בתים, ווי מ'זעט רעגלמעסיג די דיד שפילערייען, וואס און ב"פ האבן דאס די זאליס אויך נישט, לפע"ד איז דאס די גרעסטע חילול השם וחורבן דורות, וואס די גאנצע מחלוקה האט גורם געווען,
לפע"ד א בי"ד וואס קען נישט ענדיגן א די"ת ביז מאקסימום א יאר זאל זיך נישט אונטערנעמען דעם דין תורה, פינטל
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/08/2011 21:10:06