די קהילישע בילדינגס זענען אריבער צו
נייע DEEDS אויף די זלונישע בילדינגס
אנטשולדיגט די נייע נאמען איז
אבער יעצט זענען די זלונים פולשטענדיג בעל הבית (און די גרויסע סוכה וועט זיין אין די בעדפארד בית המדרש)
די שאלה איז, איז דאס געהעריג געווען לעגאל?
די זעסט גוט, ס'נישט די ערשטע מאל וואס די זלונים טרייען צו טוישען די DEED(אזוי ווי אפאר חדשים צירוק ביי א קארט אין לאנג איילענד ווי ס'נישט געלונגן) למעשה איז עס יעצט געווארען געטוישט, איז מיין שאלה צו ס'גווען לעגאל (ביים דיסטריקט אטורני)?
צו הייבט דיר נישט אן קימערן פראגעס אויף ראשי קהלת מהרי"י, נאכ'ן זיך אויפשטעלן ברבים און זאגן אז זיי האבן געווינען, צו ווען "דער איד" האט געפייערט זיג. דאס איז דאך לכאורה אן אפענעם ליגענט, נישט אזוי?!
אבער דאס איז נישט קיין סתירה מיט איבערשרייבען די deed אז די ארונים זאלען נישט קענען אנדרייען שפיצלעך אזוי ווי פאראיאר סוכות
זא בעסער מסבר. ווי איז די ליגענט?
וואס טראכט אצינד איינער מצד מהרי"י, ווען די גאנצע זאך האט אויסגעלאזט אז דאס איז געווען א טאטאלער ליגענט, און קהלת מהרי"י האבן בעל כרחם געמוזט עפענען א נייעם בית החיים?
דער זעלביגער לבן הארמי שאול בן עזואל פערלשטיין, וואט האט איינגערעד פאר די פארצווייפעלטע זאליבאנעצעס, אז די זאלי קהל פארפיפיגט אויפן בית עולם וואו עס ליגען רבותינו הק' וכל אנ''ש אריין גערעכענט דער פאטער פונעם פאייער צדיק, דער פאטער פונעם וויינעדיגען פילאפ, דער שוויגער פון דעם געוועזענעם ירושלימער רב זאל זיין געזינט,
דער זעלביגער, טאקע ער אליינס, יא טאקע ער אליינס האט פראקאלאמירט פאר די גאנצע וועלט, אז ניין, איך האב ליגונגד געזאגט, רח''ל מיר האבן נישט דעם בית עולם, מיטן אנכאפן זיין פארשטארבן קינד, און מיט ביזי בזיונות אים באגראבען און א פארלאזטען בעק יארד פון איינעם פאלאק,
ויהו לפלא!
מישט אויס צוויי זאכען, ווען שאול פערלשטיין האט "פארזיכערט און גאראנטירט" אלע מעמבער'ס אז מ'קען ווייטער איינקויפן ביי קהלת מהרי"י אחוזת קרקע צו ליגן אינעם בית החיים אין ק"י האט ער געזאגט אז ער וועט פייטען אויף אלע פראנטען ביזן סוף (אבאר נאר ביזן מסרן פריוואטע מענטשען פארן פעלטשען חתימות) אבער ער איז דורך געפאלן, און ס'פונקט ווי יצחק ראזענבערג האט געדרשנט און גערופען לויערס אז זיי וועלן זיכער געווינען די וויליאמסבורגער בנינים און ער איז ביזדערוואל דורך געפאלן.
ס'איז דא נאך צענדליגע שקרים וואס איז אפיציעל ארויסגעזאגט געווארן פון הנהלת קהלת מהרי"י, אבער איך זוך דאס נישט דא צו אויפברענגען, ווייל מיין ציהל איז נישט זיך דא צו טענה'ן אין די ווארהייט פון די פעלער, נאר צו איבערצייגן מיין פונקט.
יעצט מיין שאלה איז, וואס שפירט דער פון צד מהרי"י ווען ער דערזעט זיך אז זיינע פירער דרייען אים ארום מכאן ומכאן מיט אפענע לגינות, דערנאך וואס מיט די יארן שווימט ארויף דעם אמת. צו איז דאס מיטן וויסן פאר לאנגע יארן אז זיי זענען די ריכטיגע געווינער פון קהל יטב לב, און מיט די יארן הייבן זיי זיך אן איבערצייגן דעם אמת. צו איז דאס מיטן בית החיים. צו איז דאס מיטן נייעם ביהמ"ד.
תוקן על ידי liner1 ב- 02/09/2011 19:02:26
תוקן על ידי אייןסאטמאר ב- 02/09/2011 19:56:51
tal rab talrab7@gmail.com to talrabny, bcc: )
ב"ה
די אלע בנינים פון קהל יטב לב איז ב"ה צוריק גישטעלט אויף די נאמען פון אונזערע ראשי קהלה, אלץ די טראסטיס - אחראים, זאל דער אויברשטער העלפן א ישועה שלימה און כתיבה וחתימה טובה
א כתיבה וחתימה טובה
און א גוט געבענשט יאהר
The deeds of all buldings Yetev Lev is now back on the name of our trustees,
Zol Der Bashefer Helefen a Yeshia Shlaimeh, A Git Gibentched Yur..
תוקן על ידי אייןסאטמאר ב- 27/09/2011 01:26:30
נאר 2 וויכטיגע פראגעס:
ערשטנס, האט מען דעם ברוקלין בריק אויך פארזיכערט אונטער אונזערע געטרייע טראסטיס? איך קען נישט ציטרעטן צום נייער יאר אן די געוויסן אז אונזער בריק איז תחת ידינו החזקה והמלאה,
צווייטנס, ווי אלט איז דער נייעס? אויב איז עס מער ווי 24 שעה קען דאך זייער מעגליך זיין אז די ראפונירטע שווינדלערס האבן עס ווידער געגאנוועט,
ראטזאם, צו לאזן וויסן יעדע 24 שעה, ווער עס האט עס, די טראסטיס, אדער די באנדיטן,
די אלע בנינים פון קהל יטב לב איז ב"ה צוריק גישטעלט אויף די נאמען פון אונזערע ראשי קהלה, Central Cong. Yetev Lev D'satmar. זאל דער אויברשטער העלפן א ישועה שלימה און כתיבה וחתימה טובה
א כתיבה וחתימה טובה
און א גוט געבענשט יאהר