עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס האט פאסירט פאר די צווייטע וועלט מלחמה, אז א איד האט געטראפן א צווייטן איד לייענען דעם שטירמער, די אנטעסעמיטישע צייטונג פון געבעלס ימ״ש, האט ער אים געפרעגט היתכן, האט ער גענפערט אז אין די יודישע צייטונגען לייענט ער נאר יודישע צרות, די רדיפות, די דחקות וכדומה, משא״כּ אין שטירמער שטייט נאר ווי רייך זיי זענן און זיי פירן די וועלט וכדומה.
איך זאג עס לגבי דעם, אויב וויל מען וויסן אפס קצהו (ווייל זיי ווייסן נישט אלעס) וואס די ווילעדזש לייגט אריין כוחות צו שאפן געלט פון די גאווערמענט, און עס געלונגט זיי ב״ה, זאל ער קוקן אין שכינותדיגן פורם.
זיי דעקן דארט אויף אז די ווילידזש האט אריינגעברענגט אין לעצטן יאר אליין פינעף און אכטציג מיליאן דאלאר ב״ה
מיר ווינטשן פאר די ווילעדש פירערס כה לחי, און א שיינעם דאנק פאר יענם פורם פאר ברענגן די אינפארמאציע, ייש״כ