היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ירושלים: געהויבענער באזוך פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א -...

ירושלים: געהויבענער באזוך פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א -...

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2909976

SatmarHQ » 17/8/2011 21:50

ירושלים: געהויבענער באזוך פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א - משב"ק
דאס יהדות החרדית אין ירושלים עיה"ק לעבט יעצט מיט געהויבענע טעג מיטן באזוך פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א - משב"ק מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל ולהבחל"ח מרן רבינו שליט"א.

הרה"ח ר' משה וועט אויפטרעטן מוצש"ק ביים גרויסארטיגן מלוה מלכה לרגל די יודה"ל קדישא פון מרן רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע, וועלכע וועט פארקומען אין גרויסן ביהמ"ד ויואל משה דסאטמאר אין קרית ויואל משה ירושלים תובב"א.

יהא בואו לברכה!


SatmarHQ » 17/8/2011 21:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 17/8/2011 21:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 17/8/2011 22:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 17/8/2011 22:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטעלע » 18/8/2011 00:11

א דרשה לזכרו פון רביה"ק זי"ע געזאגט דורך ר' משה דארף צו זיין העכסט אינטערסאנט. איך האף די מעתיקי שמועה פון ירושלים וועלן דאס מפרסם זיין מיר זאלן אויך קענען הנאה האבן דערפון. ווי באוויסט איז דאך ר' משה א בקי בכל ספרי רבינו, און אין א טייל האט ער גאר געמאכט דעם מפתח. און צוגאב איז ער א רעכטער תלמיד פון רבי'ן בכל רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, און ווייסט א וועלט איבער די תהליכות בקודש פון רבי'ן. ווער עס האט שוין אמאל געהערט ר' משה רעדן פון רבי'ן ווייסט וואס איך מיין. דעריבער דארף אזא דרשה זיין גאר אינטערעסאנט און באלערנד.

SatmarHQ » 18/8/2011 20:50

טאוועל אין ביהמ"ד ויואל משה לכבודו פונעם חשוב'ן גאסט
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 18/08/2011 20:52:46

SatmarHQ » 18/8/2011 20:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

פריש » 18/8/2011 21:52

ווען דער רבי זי"ע איז געווען אין טבריא בשנת תרצ"ב, איז דער טבריא'ער רב געשטאנען און אפגעווארט דעם רבי'ן, צום ערשט איז אריינגעקומען ר' לייבלע פאשקעס און דער טבריא'ער רב האט זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו מיינענדיג אז ער איז דער רבי. האט מען אים געזאגט אז ער איז נאר א חסיד פון רבי'ן, שפעטער איז אנגעקומען דער סעמיהאליער רב זצ"ל, דאן האט זיך דער טבריא'ער רב ווידער אויפגעשטעלט מלוא קומתו טראכטנדיג אז ער איז שוין זיכער דער רבי, האט מען אים געזאגט אז ער איז אויך נישט דער רבי, ער איז נאר א איידעם. האט זיך דער טבריא'ער רב אנגערופן: אויב אזוי זען אויס די חסידים גאר, דעמאלט ווי אזוי זעט שוין אויס דער רבי אליין!... ‎​
 
די זעלבע פרעגן די בני א"י, קודם ברענגט מען ר' עזריאל און מ'דרייט איבער די שטאט, ווען יעדער מיינט זיכער אז ער איז דער רבי, אבער ניין, ער איז נאר א גבאי, שפעטער קומט משה גבאי וכו', און דא פרעגט יעדער: "אויב אזוי זען נאר אויס די גבאים, דאן ווי אזוי זעט שוין אויס דער רבי אליין"...

לאנצוט » 18/8/2011 21:58

די ארונים גייען דערלאנגען אויף צוריק.

זיי רופן פישער (!)

פאלטש » 18/8/2011 22:59

זאג מיך פליס ווי אזוי מען ליגט ארויף בילדער דא. י שכוח

דער_אקס » 18/8/2011 23:18

פאלטש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאג מיך פליס ווי אזוי מען ליגט ארויף בילדער דא. י שכוח


קודם גיי דא אין דריק דע קנעפעל
[בילד – נישט אפגעהיט]

אין נאכדעם וועט זיך עפענען א נייע בלאט אין דריק די קנעפעל אויבן

[בילד – נישט אפגעהיט]

אין נאכדעם דריק דע קנעפל

[בילד – נישט אפגעהיט]

אין נאכדעם דריק די הכנסה קנעפל

הצלחה רבה!

תוקן על ידי דער_אקס ב- 18/08/2011 23:28:48

אבראהאם » 18/8/2011 23:29

נישט דא קיין איינער וואס איז מחולק אז די זאלי'ס שטעלן ארויס זייער שענסטער יוד

כה לחי 

זאלן די אהורנים פלאצן

ספרינטער » 18/8/2011 23:46

די ארונים האלטן נעבעך נישט אויס ווי די ר' משה גבאי וואס איז רעספעקטירט איבעראל, ווערט ווייטער געשעצט שוין טראץ וואס עס איז איבער צעהן יאר וואס זיי פרובירן אים צו באשמיצן.
 
די רבי ז"ל בעל ברך משה האט זיך ביי איינע פון די באקאנטע דרשות אויסגעדריקט וואספארא פיינער איד "מיין גבאי ר' משה איז"!
 
טייערע ארונים עטץ קענטס ענק ווייטער עסן, מיר האלטן זיך שטאלץ מיט ר' משה גבאי וואס איז אלע יארן געווען געטריי איבערגעגעבן פאר סאטמאר, און עטץ זאלטס ענק האלטן שטאלץ מיט פישער'ס גרויסע ציינער.

פריש » 18/8/2011 23:59

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די ארונים גייען דערלאנגען אויף צוריק.

זיי רופן פישער (!)
‎​
 
זאלסט נישט זיין געשאקט אז ר' אהרן זעלבסט וועט מוזן דערלאנגן אויף צוריק. אזוי ווי ער האט געטון ביי משפחה אונטערוויו קעגן משה'ס שעה טובה אונטערוויו, און נאך פיל מאל.

פריש » 19/8/2011 04:26

דאס איז געווען היבש שנעל... די אהרונים לייגן שוין ווייטער אין א פארמעסט משה גבאי קעגן זייער רבי'ן. הפעם אז דער בעלזער איז געשטאנען נעבן משה גבאי היינט נאכט ביי א ש"ב אין ראכמעסטריווקא, און ס'דא א בילד דערפון. ‎​
 
דער שרייבער שרייט מיט גרויסע רויטע אותיות 'הא לן והא להו', פארוואס מעג מיין רבי נישט געבן די הענט פארן בעלזער (דאס באקאנט בילד), און משה גבאי מעג יא שטיין נעבן אים...

סענעטאר » 21/8/2011 04:14

באקומען אין אימעיל באריכט פון ירושלים עיה"ק: ‎​
 
איך קום יעצט צוריק פון די גרויסארטיגע מלוה מלכה און מסיבת קבלת פנים לכבוד אורחינו המשב"ק שליט"א, איך האב נישט די ווערטער אין מויל צו שילדערן דעם שיינקייט פונעם מעמד. דער קלימאקס איז ללא ספק געווען די דרשה נפלאה פונעם חשוב'ן גאסט רעדנער המשב"ק שליט"א, נאנט צו דריי פערטל שעה האט ער געהאלטן געשפאנט דעם גאנצן ציבור, ווען פון מינוט צו מינוט גיסט זיך פון זיין מויל ווי א מעיין הנובע בליציגע געדאנקען און שיינע סיפורים פון בעל ההילולא מרן רביה"ק זי"ע און אזוי אויך א שלל מיט מעשיות פון די דביקות פון מרן הברך משה זי"ע אין גרויסן פעטער. ‎​
 
די דרשה איז געווען אן העכט געלונגענע דרשה במלוא מובן המילה, פון מינוט צו מינוט האט ער זיך דערמאנט נאך א מעשה און א ווארט פון רבי'ן זי"ע ומפי ספרים וסופרים, אינעם ביהמ"ד האט געהערשט א שטילקייט ווען יעדער שטייט מיט אנגעשפיצטע אויערן צוהערנדיג די דברי פי חכם חן. ‎​
 
איך בין דא גארנישט מגזים, די דרשה איז געווען העכער אלע ערוואטונגען, עס האט שטארק באאיינדרוקט דעם גאנצן ציבור וועלכע זענען געשטאנען געפלעפט הערנדיג די אזוי רייכע פערל ווערטער פונעם משב"ק מיט אזא נעימות און מתיקות. ‎​
 
עס איז געווען א נחת צו קוקן די פנימ'ער פונעם ציבור נאך ווען ר' משה האט געענדיגט זיין רעדע, יעדער איז געווען אזוי צופרידן, דער עולם איז דאס ערשטע מאל געוואויר געווארן וואספארא ידען נפלא און בור סיד שאינו מאבד טיפה בתורת החסידות און במיוחד בתורת ועובדות מרן רביה"ק זי"ע. ‎​
 
אן עקסטערע פארגעניגן איז געווען ווען ער האט געשילדערט פילע מעשיות פונעם רבי'ן הברך משה זי"ע וואס נאר ער זעלבסט האט דאס מיטגעהאלטן, ער האט דאס אראפגעלייגט אזוי אריגינעל און בע'טעמ'ט, עס לאזט זיך גארנישט זאגן. ‎​
 
אשרי אין ראתה כל אלה...

SatmarBum » 22/8/2011 12:31

[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]

לאעליכם » 22/8/2011 16:35

נו! אדרבה! זאל עמיצער דא ארויפלייגן די דרשה פונעם משב"ק!

מיר ווילן דאס הערן.

חמץ_גמור » 22/8/2011 23:14

בחצרות חסידים: (הכיאמת)

משב"ק בית סאטמר משה פרידמן לחץ את ידו של כ"ק האדמו"ר מבעלז.

בשבע ברכות של ראחמסטריווקא בבית מדרש בגוש 80 בי-ם.

SatmarHQ » 23/8/2011 20:13

דער עולם הערט אויס די גייסטרייכע דרשה ביי דער סעודת מלוה מלכה מוצאי שבת לרגל הילולת מרן רביה"ק בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:14

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:16

עס טרעט אויף הרב הגאון רבי דן שווארץ שליט"א מח"ס קן ציפור
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:18

עס טרעט אויף הרה"ח בנש"ק מוה"ר אפרים שטערן שליט"א מראשי ק"ק סאטמאר וחבר הנהלת העדה החרדית
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 23/08/2011 20:20:23

SatmarHQ » 23/8/2011 20:21

עס טרעט אויף הגאון הגדול רבי משה זאב זארגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים בעל שו"ת וישב משה
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:25

באַזוכט אין ת"ת יטב לב ד'סאטמאר ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:26

טרעט אויף מיט ווארימע דרשה צו די קינדער
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 23/08/2011 20:27:28

SatmarHQ » 23/8/2011 20:29

אין א שמועס מיט די מנהלי המוסדות יטב לב: הרה"ח מוה"ר מענדל וואלערשטיין הי"ו מנכ"ל, הרה"ח ר' יוסף ראזענבערג הי"ו מנהל, הר"ר יוסף מאיר מארק שליט"א מנהל רוחני, און הר"ר שלמה בלוי שליט"א מנהל רוחני זון פון הגאון רבי יעקב בלוי שליט"א חבר הביד"צ
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:33

אין א פריינטליכן שמועס מיט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:34

מ'זעט אויך הנגיד מוה"ר מרדכי קאהן שליט"א ראה"ק סאַטמאַר מאנטרעאל, און הרב בנש"ק מוה"ר אפרים שטערן שליט"א חבר הנהלת העדה החרדית בירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:40

ווערט ארומגעפירט דורך די הנהלת ביהמ"ד אוהל רחל דחסידי סאטמאר, הרה"ח מוה"ר משה יחיאל ראטה הי"ו און האברך מוה"ר יעקב פאגעל הי"ו, צו באאבאכטן די בוי-ארבעט אינעם ביהמ"ד וואס גייט אן אין פולסטן טעמפא
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarHQ » 23/8/2011 20:43

באזוכט ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

פשווארסק » 24/8/2011 17:29

 

[בילד – נישט אפגעהיט]
*

[בילד – נישט אפגעהיט]


בני_אדם » 24/8/2011 18:28

עס וואלט זייער שיין געווען אויב מען קען זען די בילדער פון ירושלימער רב און רבי יעקב מאיר שעכטער ביים ביקור גומלין ביי דעם משב''ק שליט''א, איך האב פון מיר זייער שיינע בילדער ביי זייער אסאך גדולי ישראל אין ארץ ישראל, אבער איך ווארט נאך אלץ אויף דעם ביקור גומלין, זעט אויס אז צו מיר ווילן זיי נישט קומען, אבער צום הייליגן משב''ק, הרה''ח המפואר רבי משה גבאי שליט''א איז דאך זיכער אז זיי וועלן אלע צוריק קומען, וואלט נאר יושר געווען מהנה צו זיין דעם ציבור און ארויף שטעלן די בילדער ווי אויך די שיחות קודש..

לאנצוט » 24/8/2011 18:38

בני אדם, איך פארשטיי נישט דיינע נארישע (נארוינישע וויצן).

פשעווארסק, ר' משה האט זיך נישט געטראפן מיט טמא'נעם בער.
ער איז  פערצופאל דארט געווען.


מנהל ביטע אראפנעמען די בילדער פון ר' משה פריעדמאן מיט ישכר דוב רוקח.

א דאנק