ס'יז א שאד די מי צו מסביר זיין דעי קעלבער אז זיי זענען גאר וואס ווערן דאפעלט באגנב'ט פון די רויבערס...
ער צאלט דינער געלט, גמלא פראגראם, יסוד איתן, שקל הקודש, פושקע געלט, א.א.וו. און ער הייבט נישט אן צופארשטיין די חילוק צווישן ODA מיט קרית יואל
קודם לאמיך דיר קלאר מאכען, אז לו יהא סיז אמת אז ODA האט געמאכט 10 מיליאן דאלאר (האסט נישט געברענגט קיין פראוו דערווייל) וועסטו נישט טרעפן קיין פערד וואס וועט אריינuווארפן א קוואדער אינעם ODA פושקע, און טאמער יא איז ער א חלה דעקל
צווייטנס, ODA האט נישט קיין כח צו פארקלאזען מיין דירה אויב איך געב עם נישט די טויזענטערס יערליך וואס די קרית יואלע גענגסטערס האבן, אדרבה מיסטער פאקטן פרוביר עס אויס, צאל נישט סקול טעקסעס איין יאר און קוק ווס ס'גייט פאסירן...
מיט די אנדערע פוינטס אז דער בית השחיטה, שאפפינג סענטערס האט געברענגט בענעפיטס ברוחניות ובגשמיות פאר רוב איינוואינער -
ערשטענב סיז נישט אמת - אויסער פליגן מיט טרעילערס און א גרוך האט די בית השחיטה נישט גארנישט געברענגט פאר קיינעם, ס'יז א אומדערהערטע זאך אויפן כדור העולם צובויען א אזא פלענט אין הארץ פון א שטאט, דאס באלאנגט נישט אין א רעזדינטשעל גאס,
צוויטנס ליעבערמאנ'ס קאר סערוויס האט געברענגט מער בענעפיטס ברוחניות ובגשמיות פאר רוב איינוואינער, און ווייניגער פליגן ווי דער בית השחיטה -
ס'מיינט נאכנישט פארדעם אז ר' שמעון ליבערמאן קען צווינגן דעם גאנצן שטעטל זאל זיך משתתף זיין מיט 5000 דאלאר שטייער יערליך פאר די געוואלדיגע אויפטיען פון א היימישע קאר סערוויס מיט צענדליגע היימישע פרנסות,
אויך פארשטייסטו מסתמא אז אויב זיין קאר סערוויס וועט דינגען א טענט ביים ציון ביומא דהילולא און אראפ שטעלן דארט אפאר תמימותדי'גע טיפשים מיט א רעסיט ביכעל און אויסשרייען "שטיצט ליבערמאנ'ס טעקסי ביומא דהילולא" וועט קיין גרויס געלט נישט אריינקומען... סא גיי זא זיי מסביר ווי כאפט דער נפק"מ?
דאס איז דער מהלך פון א קי, ער קייט שטרוי איבער און איבער, ער ווייסט פון די געוואלדיגע אויפטוען און ווי געלונגען זיי זענען,
זיך אנצושטאפן די טאשן, מיט'ן כח פון זייערע אייגענע מענטשן'ס בלאק וואוט, און קיינער איז נישט נהנה פון די געלט וואס ערוועלטע אפישעלס דעליווערן פארן שטאט, עכ"ז זענען די קיען אזוי שטאלץ דערמיט אז מיר די מתנגדים ברויכן גאר פלאצן...
גיי לערן זיי רעכענען איין מיט איינס
תוקן על ידי zibala ב- 19/08/2011 18:15:02