אנגעהויבן פונעם בעל נועם המידות ביז'ן שיק אינגל פונעם שמש זאלי פעלדמאן, איז די גאנצע פורים קהילה פון די זאליבאנער זייער בייז אויף די חוצפה פון די קינדער פונעם נפטר הרה"ח ר' משה בראך ע"ה, פאר די חוצפה פון נישט מטמין זיין זייער פאטער אין פאלאק'ס מאנגאליע חלקה, ווי עס לויטעט דער פסק פון די פורים רבנים.
זיי האבן אונז אריינגעשטאכן א מעסער האט פערלשטיין פארפירט מוצש"ק, ווען ער האט געהייסן פאר דעם משמש זאלי פעלדמאן און דעם טיראן יעקב שטערן נישט צו מאכן די טהרה, נאר איבערלאזן דעם בר-מינן אלס קנס - נוסח נועם המידות, "וחסד של שקר".

די אבלים האבן אבער געזאגט אז זיי האבן דעם פסק פון שלמה לייב וויינבערגער, וואס האט גע'פסקט הלכה למעשה: אז מיין טאטע'ן לייגט מען לעבן רביה"ק בעל דברי יואל, און יענעמ'ס זאל מען לייגן אין פאלאק.
דאס האבן מיר מקיים געווען במילואו זאגן זיי מיט ווייטאג. אונזער טאטן האבן מיר געלייגט לעבן דעם רבי'ן בעל דברי יואל, און יענעם, לייגט קיין פאלאק !
די קינדער פונעם נפטר פרעגן מיט צער, היתכן אז מ'האט איבערגעלאזט א מת אינמיטן די טהרה?
ווער האט געגעבן דעם היתר אויף דעם פאר דעם שרעקליכן בזיון המת? איז די תורה חלילה בטל געווארן ווייל מ'האט נישט געלייגט דעם מת דארט ווי זיי זאלן ווילן?