היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » צען יאר הליכה לערכאות: פרישע קלאגע אקעגן סאטמארער קעמפ'ס!

צען יאר הליכה לערכאות: פרישע קלאגע אקעגן סאטמארער קעמפ'ס!

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2909538

חיי_שעה » 15/8/2011 17:45

היינטיגן חודש אב ווערט אפגעצייכענט 10 יאר זינט דער שליח לדבר עבירה פון ר' אהרן טייטלבוים, דער מסור יוסי בראך האט אריינגעשלעפט ק"ק סאטמאר אין ערכאות של עכו"ם אויף א שענדליכן פארנעם אן קיין שום היתר בית דין. דער כת וואס האט נישט געהאט קיין שום ציהל אויף די וועלט חוץ צו באפרידיגן זייער אויסגעשפילטן מנהיג דעם עם הארץ, האט פארלאנגט אז דער געריכט זאל ארויסגעבן א 'ריסטרעינינג ארדער', ד.ה. א אפהאלט פון אפעראציע אויף אלע סאטמארער מוסדות און אינסטוטוציעס. דער גאנצער עיקול האט ב"ה אנגעהאלטן קוים אפאר שעה, און דאס איז נאר געווען פון די ערשטע און קליינע פאזע פון דעם לענגערן חיי שעה שפיל. ‎​
 
זינט יענעם טאג האבן זיך די הליכה לערכאות און מסירות נישט אויפגעהערט פאר אפילו איין טאג, ווען דער קלימאקס איז געווען דאס רופן לערכאות דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל באחרית ימיו. ‎​
 
ליידער האבן זיי נישט חוזר געווען ממעשיהם הרעים, און אין די טעג אריינגעגעבן א פרישע קלאגע, אן קיין שום היתר בית דין, מיט קיין שום שייכות צו פריערדיגע געריכטן, וואו זיי פארלאנגן דאס בעלות אויף די פיר קעמפ'ס מחנות רב טוב. די קלאגע איז אריינגעטראגן געווארן באגלייט מיט העסליכע מסירות קעגן די ראשי הקהלה און מנהלי הקעמפ'ס. ‎​
 
צו די זעלבע צייט שטעלט מען דעם פנים ווי א נרדף, און מ'פראקלאמירט וואך איין וואך אויס אין בלאט מיט א הייסע בקשה צום צד שכנגד זיי זאלן זיך שטעלן צו די דין תורה. דאס פנים פלאמט פאר בושה ווען מ'זעט ווי ווייט אחב"י האבן זיך דערקייקעלט פאר ביליגע תאוות אני אמלוך. אפגערעדט פון דאס ליצנות וואס ווערט געמאכט פון דעם מושג דין תורה, נאר דאס פשוט און פראסטע הליכה לערכאות וואס ווערט פראקטיצירט מידי יום ביומו אויף א שטייגער וואס איז נאך קיינמאל בעפאר געווען אין די אידישע היסטאריע. ‎​
 
היינטיגן מאנטאג, חמשה עשר באב, גענוי צען יאר פון די ערשטע הליכה לערכאות פון דעם כת, וועט פארקומען דער ערשטער זיצונג אין געריכט דן צו זיין איבער די קעמפ'ס.

לאנצוט » 15/8/2011 17:57

דער היתר ליגט ביי ווינער רב אין שיפלאד.
אויך האבן זיי שוין אביסל טינט פון פעדער פונעם משכיל ווידער אין דער בלאט.

וואס נאך דארף מען היינט?

מאירשלום » 15/8/2011 19:45

וואס דארף מען היינט דן זיין אין געריכט ?

פישער_גאבע » 15/8/2011 20:44

עס איז אומגלויבליך. די אהרונים זינגן אפיציעל דעם ניגון אז מיר זענען אזא צופרידן פאלק, מיר האבן די גרעסטע בעסטע מוסדות, קהלה און רבי, מיר זענען נאר פארנומען צו בויען אונזער חסידות און גארנישט מער. אבער דער "וכל זה איננו שווה לי" פלאמט זיך אויף ביי זיי יעדע שטיק צייט. לשטיתך בוסטו דאך דער גרעסטער געווינער פון יאר הונדערט, טא וואס גייט דיר אן אז דער קליינער ברודער, דער פיצי רבי מיט פיצי מוסדות און קהלה האט אין זיין באזיץ פיר פיצי קעמפ'ס, וואס אלע צוזאמען קומען נישט צו צו די גרויסקייט פון דיין קעמפ? ‎​
 
האט זיי שוין אבער דער כלב אהרן געלערנט אז ניין, איך קען האבן אלעס אין די וועלט, ווילאנג יענער האט נאך עפעס, נישט קיין חילוק וואס, איז מיר דאס גאנצע לעבן נישט ווערט. ‎​
 
(נישט פארגעסן, דאס איז דער זעלבער מחנה רב טוב וואס די כלב אהרן'ניקעס האבן געגארעט פארן זומער אז דאס איז א עקעלדיג פלאץ, פארשטינקענע מאטראצן און געמיינע עסן...)

מאירשלום » 15/8/2011 20:56

זיי האלטן אז בשעת אונז זעמער פארנומען זיך צו פראטעקטן און ארבעטן פאר די זאכן וואס אונז האב מיר וועלן אונז נישט פייטען די זאכן וואס זיי האבען אזוי ווי אמעריקא טוט מיט די טרעריסטען און אפגניסטן

לאנצוט » 15/8/2011 22:45

יעצט באקומען דעם באריכט אז דער ריכטער האט געלאזט די קעמפס אויפן נאמען פון  "מחנה רב טוב" און האט דערווייל זיך אויסגעלאכט פון די נארוינימס געשרייען און האט נישט צוריקגעדרייט ווי זיי האבן פארפירט.

השי"ת זאל העלפן אז המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.

ביידען » 15/8/2011 23:30

מאירשלום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זיי האלטן אז בשעת אונז זעמער פארנומען זיך צו פראטעקטן און ארבעטן פאר די זאכן וואס אונז האב מיר וועלן אונז נישט פייטען די זאכן וואס זיי האבען אזוי ווי אמעריקא טוט מיט די טרעריסטען און אפגניסטן

איך האב נאכגעקוקט דיינע תגובות אין ארוני פארום
לולי דמסתפינא וואלט איך געבעטן דעם מנהל זאל דיך חוסם זיין פארן שפילן פארטיי

SatmarHQ » 16/8/2011 01:00

שוידערליך: בערל פריעדמאן דער ראש כת הולכים בערכאות שרייבט אונטער א דאקומענט פול מיט מסירות און הליכה לערכאות אן א היתר בי"ד, קעגן מחנות רב טוב
[בילד – נישט אפגעהיט]

דאסטערס » 16/8/2011 03:07

בערל פריעדמאן קאלעכט שוין ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן שוין אפאר יאר איך וויס נישט אויב עס איז יושר אים צו באשולדיגן.

ספרינטער » 16/8/2011 03:14

איך ווייס נישט אויף ער איז א קאלעכדיגער, אבער עס וואלט סייווי כדי געווען אויב איינער קען אראפברענגען וואס רבינו הק' זצ"ל האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם אלטן 'נער' בערל בשעתו ווען ער האט געוואלט ווייזן פאר די רבי ז"ל אז ער איז קליגער פונעם רבי'ן.

תוקן על ידי ספרינטער ב- 16/08/2011 03:06:44

liner1 » 2/9/2011 19:05

AnashSatmar: BREAKING: all the deeds of the Williamsburg buildings that the Zaly's transferred from Cong. Yetev Lev to a different name, are BACK to CYL!

צביהירש » 2/9/2011 19:19

איך געדענק נאך די צייטן פון די בעדפארד ראזענבערג דירות מיט בערך 25 יאהר צוריק. ווען ידידינו ר' בערל האט זיך געגרויסט אין בית המדרש. איך האב דעם רעבי'ן אין פאקעט. 

דאסטערס » 2/9/2011 19:30

וואס פארדינען די ארונים דערפון??

liner1 » 2/9/2011 20:32

AnashSatmar: And so on and on... All the buildings are now transferred to CENTRAL CYL OF SATMAR!

דאסטערס » 2/9/2011 20:45

איך קען שוין ארויסנעמען מיין תפילין פון ראדני??

געלעכטער » 2/9/2011 23:28

לאנצוט, דאס האט מען דיר געזאגט אין 163 ראדני? גיי פיטער די אהרונישע קעלבער. שפיל זאלי מיט א צווייטן.

מאירשלום » 5/9/2011 09:24

ווי קען מען זעהן די דיעד׳ס אויפען קאמפיוטער?, ווי אויך קען איך איבערשרייבען די בניינים אויף מיין נאמען?. פארוואס די ביה"ח אין קרית יואל שרייבט נישט קהלתנו הקדושה צוריק אויף אונזער נאמען?

דייקן » 5/9/2011 18:50

ווייל דעם בית החיים אין ק"י האט א ריכטער געזעלבסשטענדיגט אז דאס איז לעגאל געטרענספערט.

אין קהל יטב לב זענען צד מהר"א - לעגאל - די זעלבע בעלי בתים ווי צד מהרי"י, דעריבער קענען זיי פונקט אזוי איבערשרייבן, דער געריכט האט שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז זיי מישן זיך נישט אין דעם קאנפליקט.

ווילאנג דאס וועט נישט אריבער גיין קיין דין תורה, שטייט צד מהרי"י טעגליך אין א ספק אז זייערע געביידעס זאלן פארשלאסן ווערן.

אומזיסט » 3/10/2011 08:25

 Anash D'Satmar 
A Gita Voch a Git Yur! Breaking News: The court reversed the camp transfers done by the Zalis it's now back on CYL

מאירשלום » 3/10/2011 14:26

איך האף אז די זעלבע ריכטער וועט פאר די זעלבע טעם צוריקשטעלען די בית החיים אויף די נעמען פון די אלטע בעלי בתים

מאירשלום » 4/10/2011 00:16

קען איינער ביטע ברענגען א לינק צום קארט פעפיערס

הדלקה » 30/1/2012 21:06

וואס איז היינט ווייטער פארגעגאנגען אין קאורט איבער די סאטמארע קעמפס?

געלעכטער » 30/1/2012 21:14

Breaking: Major durachfal for Kat Holchim Barkoes, after the Ahroinim went in court trying to get the 4 camps, >
The Health Dpt. Today issued the permit for us! Tnx to HuAsken R'Moshe Duvid Niederman




תוקן על ידי געלעכטער ב- 30/01/2012 21:17:25

לאנצוט » 30/1/2012 21:16

אזוי קוקן אויס אלע מעשות.
 געבאקן און געזויגן פון פינגער.

קיין שום קאורט עקשאן נישט געווען דעם חודש מצד די ארונים.

אזוי קוקן אויס אלע אייערע מעשה'לעך. געבעקסן און געבראטענעס אין היידפארק.

געלעכטער » 30/1/2012 21:18

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי קוקן אויס אלע מעשות.
 געבאקן און געזויגן פון פינגער.

קיין שום קאורט עקשאן נישט געווען דעם חודש מצד די ארונים.

אזוי קוקן אויס אלע אייערע מעשה'לעך. געבעקסן און געבראטענעס אין היידפארק.


קיין וואס איז נישט געווען? די אהרונים זענען נישט אריין אין קארט וועגן די קעמפס?

לאנצוט » 30/1/2012 21:42

א יאר צוריק, איז געווען א פסק אויף וועמנס נאמען די קעמפס איז.

ווייל ר' דוד ראזענבערג האט עס איבערגעשריבן אויף אן אנדערע נאמען.

און דאס געריכט האט געאורטיילט א האלב יאר צוריק, אז עס "גייט צוריק" אויפן נאמען פון קהל יטב לב.



אין קאורט איז גארנישט געווען עפעס מער פון דעם.

ברענגט קאורט פאפירן ביטע.

געלעכטער » 30/1/2012 21:47

און ווער זאגט אז עס איז געווען עפעס מער אין קאורט?

זיי האבן פרובירט ביים העלט דפט. אבער מ'האט זיי פון דארט געשיקט לופטערן.

(אגב, איז אינטערעסאנט צו זען ווי אויפן ערשטן בלעטל פון דעם אשכול שפילט נאך לאנצוט זאלי)

געלעכטער » 30/1/2012 21:48

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אזוי קוקן אויס אלע אייערע מעשה'לעך. געבעקסן און געבראטענעס אין היידפארק.


הייסט אז די אהרונים האבן די קעמפס?

לאנצוט » 30/1/2012 21:59

געלעכטער.

איך האב געשריבן אז די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט, און דאס וואס איז געשריבן געווארן אין "היידפארק" איז פאלש.

איך האב נישט געזאגט ווער ס'האט די קעמפס. די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט איבער ווער עס זאל באקומען א פערמיט. און דאס געריכט האט נישט געקענט פסק'ן, ווייל קיינער פון די ארונים איז נישט אריין.

פינטל.

ביטע ברענג עפעס דאקומענטן צו שטיצן וואס דו שרייבסט.

געלעכטער » 30/1/2012 22:13

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטער.

איך האב געשריבן אז די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט, און דאס וואס איז געשריבן געווארן אין "היידפארק" איז פאלש.

איך האב נישט געזאגט ווער ס'האט די קעמפס. די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט איבער ווער עס זאל באקומען א פערמיט. און דאס געריכט האט נישט געקענט פסק'ן, ווייל קיינער פון די ארונים איז נישט אריין.

פינטל.

ביטע ברענג עפעס דאקומענטן צו שטיצן וואס דו שרייבסט.


די אהרונים זענען "נישט" אריין אין קאורט...

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 30/1/2012 22:29

געלעכטער,

1) דאס איז א יאר צוריק איבער דוד ראזענבערג'ס גניבה.
2) דאס רעדט נישט פון קיין פערמיט.

און דיין ברענגען דיין דאקומענט צייגט טאקע אז די ארונים זענען בכלל נישט אריין קאורט איבער "דעם פערמיט".

געלעכטער » 30/1/2012 22:49

מורא'דיג קלוגער ספינער. מ'רעדט פון הודו ענטפערט ער פון כוש. די אהרונים האבן געמאכט עטליכטע פרואוון צו פארכאפן דעם קעמפ, קודם זענען זיי געגאגגען אין געריכט (וואס אויף דעם האט שוין לאנצוט געגעבן א היתר אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול), ווען דער געריכט האט זיי גארנישט געברענגט האבן זיי פרובירט שפיצלעך ביים העלט דעפארטמענט אז זיי זאלן נישט ארויסגעבן די נויטיגע פערמיטן, און דאס האט מען בחסדי השם היינט אויך דורכגעבראכן.

לאנצוט » 30/1/2012 22:52

מ'האט קיינמאל נישט געבעטן פון געריכט קיין פערמיט.

ביסט אן איינפאכער שקרן און צו פארדעקן דיין ליגנט, ברענגסטו א דאקומענט איבער "דעם טייטל" וואס ר' דוד ראזענבערג האט גע'גנב'ט.

יעצט, וואס פונקטליך הודו, און וואס איז פונקטליך כוש?

ענטפער צו דער זאך ביטע.

געלעכטער » 30/1/2012 23:10

און ווער האט געזאגט אז מ'האט יא געבעטן?

נפל » 30/1/2012 23:52

לאנצוט איך וויל די זאלסט אליינס נעמען דאס ווארט און צייג פארן ציבור ווי פארלעסליך די ביסט. וואס האט יא פאסירט היינט בנוגע די קעמפס?

רב_הסוער » 30/1/2012 23:52

ווי ווייט איך דענק, כל זמן דער פלאץ איז זויבער, וועט דער העלטה דעפט דיר געבן א פערמיט, ווי קומט דא די ארונים אריין? צו וואס האט מען געדארפט איינשפאנען נידערמאןען? איז ער געקומען וואשן די פלארס?

לאנצוט » 31/1/2012 00:06

מ'האט דא געמאלדן אז דאס געריכט האט ארויסגעווארפן דעם פארלאנג פון די ארונים איבער די פערמיטן.

האב איך געזאגט אז דאס איז שקר.

נפל » 31/1/2012 00:50

לאנצוט, די האסט נישט גענטפערט מיין שאלה