ביטע, אויב איינער ווייסט וויאזוי מען קען בלאקן דעם משחית (אויסער די xchange אפשען)
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ראטעוועט!! אן עצה וועגן קול שמד-וואסער
ראטעוועט!! אן עצה וועגן קול שמד-וואסער
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2908663
אויב איז דאס א עמערדזשענסי רוף הצלה זאפארט 718-387-1750
אויב נישט, קען איך אפשר הערן וואס גייט פאר?
אויב נישט, קען איך אפשר הערן וואס גייט פאר?
מאך נישט חוזק,"גדול המחטיאו יותר מן ההורגו" געב מיך אן עצה, איך וויל ראטעווען מיינע און 'דיינע' דורות פון אינטערגאנג!
דאס פרעג איך, וואסא עבירה האט ער דיך יעצט געמאכט עובר זיין?
קול מבשר בשורות רעות
יעצט נאכן אויספאסטן שפירט איר זיך שוין בעסער?
אין דעם פרא 'שמד-וואסער' פורום האט מען אויסגעמעקט דעם אשכול.
הרב ספרינטער, איך קען נישט פארשטיין אז דו פארשטייסט נישט דעם שרעקליכן חורבן וואס 'קול שמד-וואסער' האט געמאכט ביים יוגענט, אני הגבר ראה עני, ליידער די ביטערע פירות.
סארי פאר מיין שארפקייט: אז די ווילסט דיך דווקא איבערצייגן, זאל די אייבערשטער העלפן, נאר ביי דיינע קינדער!!

עס וואלט כדי געווען איר זאלט עפענען א האטליין (א קאלד-ליין), פארוואס זאלן נישט נאך אידן קענען אויסהערן אייער מוסר דרשות? נישט יעדער האט צוטריט צום כלי, דעריבער וואלט כדי געווען איר זאלט רעדן אויף א האטליין אזוי וויעט איר אפראטעווען גאנץ כלל ישראל פון אונטערגיין.
איך וואונטש אייך אסאך הצלחה: ולמצוה גדולה יחשב.
איך וואונטש אייך אסאך הצלחה: ולמצוה גדולה יחשב.
די אמת, דו רעדסט און דו רעדסט און כ'ווייס נאכאלץ נישט וואס דו ווילסט. האסט אנגעהויבן דעם אשכול מיט א היסטעריע מ'זאל דיר ראטעווען פון קול מבשר, פרעג איך דיר וואס האט קול מבשר געטון, זאגסטו אז דו האסט דאס נעבעך מיטגעמאכט אויף די אייגענע הויט דעם חורבן פון קול מבשר. פרעג איך דיר נאכאמאל: וואס גייט פאר?
די_אמת, אז די דארפסט א דאקטאר גיי צו איינעם, מאך נישט משוגע יעדעם איינעם ווייל דו האסט געכאפט א נערווען בראך.
קול מבשר איז זייער א גיטע זאך פאר יעדעם
קול מבשר איז זייער א גיטע זאך פאר יעדעם