היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שישו ושמחו קרית יואל, לרגל שמחת הדייני דקרית יואל

שישו ושמחו קרית יואל, לרגל שמחת הדייני דקרית יואל

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2908644

1satmar » 10/8/2011 00:38

קרית יואל גרייט זיך צו די גרויסע חתונה אין קרית יואל!
די גאונים הצדיקים שליט"א דייני קרית יואל וועלן פירן זייערע קינדער בשעה טובה ומוצלחת
אינטער די חופה און די נייע בני יואל חתונה זאל! 
דעם קומענדען יום ג' פ' עקב הבעל"ט.

הבחור החתן הרה"ג מוה"ר
 יואל שליט"א,
בנו של הגאון הגדול דומ"ץ דקהל חרדים דסאטמאר דקרית יואל 
המוה"ג מורינו הרב שמע
ון משה וואלדמאן שליט"א.

הכלה תחי', בת הרב הגאון הגדול דומ"ץ דקרית יואל דקהל יטב לב דסאטמאר
המואה"ג מורינו הרב ארי' ראזנפעלד
שליט"א,

123news » 10/8/2011 06:38

דא איז א קאפי פון די הזמנה
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי 123news ב- 10/08/2011 06:42:48

בני_אדם » 10/8/2011 18:24

איך זע דער זיידע ר' אפרים שמואל איז אינטערגישריבן אופן חתונה בריף אין ער לאדענט זיינע ידידים אין קרובים צו די חתונה פין זיין אייניקל, , וועט ער אליין גיין צי דע חתונה? , איין זאך איז זיכער אז ר' וואלף פריינד ז''ל וועט נישט דארפן זיך שלעפן צי ווייט, ער ליגט ממש נעקסט דאר.

טאטעלע » 17/8/2011 01:43

היינט נאכט קומט פאר די גרויסארטיגע חתונה. מרן רבינו שליט"א וועט זיין דער מסדר קידושין.

ביידען » 17/8/2011 02:42

בני_אדם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך זע דער זיידע ר' אפרים שמואל איז אינטערגישריבן אופן חתונה בריף אין ער לאדענט זיינע ידידים אין קרובים צו די חתונה פין זיין אייניקל, , וועט ער אליין גיין צי דע חתונה? , איין זאך איז זיכער אז ר' וואלף פריינד ז''ל וועט נישט דארפן זיך שלעפן צי ווייט, ער ליגט ממש נעקסט דאר.

עפעס קוקט אויס ווי עס דרוקט דיר 
זאגזשע דעקעלע וואס דרוקט דיר???????????

קעציל » 17/8/2011 06:04

דא האט איר דעם זיידע ביים ערשיינען צו די געהויבענע שמחה
[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטעלע » 17/8/2011 06:36

דאס איז דער זיידע ר' אפרים שמואל פעלדמאן, דער עלטסטער אהרוני בדורינו. ‎​
 
די דזשיגאנער האבן געלייגט געפערליך לחץ אז ער זאל נישט קומען, אבער ר' אפרים שמואל האט געזאגט אז פאר אים איז גוט דער מכתב קודש פון ברך משה זצ"ל אז בנו מרן יקותיאל יהודה שליט"א האט רשות צו מסדר קידושין זייט דארט.

וואלןסח » 17/8/2011 17:49

אז דער זיידע ר' אפרים שמואל (איינס פאר די עלטעסטער ארוני בדורינו, ר' זלמן ליכטמאן איז עלטער) איז דארט געווען, ווי אויך נאך איינער פון די משפחה  וואס איך זע אויפן בילד, איז דאס גאר שלעכטע נייעס פאר די זאליס, דאס מיינט אז מען האט געפרעגט רשות, ומן הסתם לבקשת המחותנים דערציילט מען נישט פאר די גאס
ר' אפרים שמואל האט שוין באקיאטירט דאכט זיך איין חתונה די יאר, ער האט נישט קיין פראבלעם

ביידען » 17/8/2011 17:56

וואלן א קניפ אין בעקעלע...
מען האט געפרעגט רשות
אין רבינו שליט''א איז געווען מסדר קידושון
נישטא ווער ס'זאל לאכן

zibala » 17/8/2011 19:18

איך הער גאר אז רעב געטציל האט עם מתיר געווען אז דער איסור איז נאר חל אויף די שונאים,

פרטים יבואו

1satmar » 17/8/2011 20:03

הגה"צ משארמאש ביי די חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

123news » 17/8/2011 20:27

הגה"צ מטשאטע שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

ברךמשהחסיד » 17/8/2011 21:05

וואלןסח
איך מיין אז ס'איז דא א גרינגע לעזונג אויף די גאנצע "סידור קידושין" עפאכע, יעדער מחותן זאל פרעגן בסוד רשות, און מכבד זיין וועמען ער וויל, לבקשת המחותנים וועט מען עס פאר קיינעם נישט פארציילן, און יעדער וועט קענען קומען, והכל על מקומו יבוא "בשלום".

א שאד די עצה איז נישט איינגעפאלן תיכף אנהייב מען וואלט געקענט פארשפארן אסאך עגמת נפש.

געלעכטער » 17/8/2011 21:11

ברךמשהחסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואלןסח
איך מיין אז ס'איז דא א גרינגע לעזונג אויף די גאנצע "סידור קידושין" עפאכע, יעדער מחותן זאל פרעגן בסוד רשות, און מכבד זיין וועמען ער וויל, לבקשת המחותנים וועט מען עס פאר קיינעם נישט פארציילן, און יעדער וועט קענען קומען, והכל על מקומו יבוא "בשלום".

א שאד די עצה איז נישט איינגעפאלן תיכף אנהייב מען וואלט געקענט פארשפארן אסאך עגמת נפש.


א גאונות...!

דאסטערס » 17/8/2011 22:40

מאנטיג נאכט האט חתונה געמאכט יצחק אייזיק גליק א שוואגער מיט שמואל הכהן פריעדמאן וואס איז דער גבאי ביי דעם בעל כלב אהרן, ווייסט איינער אויב שמואל הכהן האט זיך באטייליגט ביים חתונה? און אויב יא איז עס געווען מיט רשות? אויב איז ער נישט געווען ווייסט איינער פארוואס דא האט דער זיידע באקומען רשות אבער שמואל הכהן קען נישט באקומען רשות?

בני_אדם » 17/8/2011 23:40

רשות אויף סידיר קידישון קען נאר בעטן דער חתן אדער איינער פון די צוויי מחותנים, נישט א זיידע אין נישט א שוואגער, ביי די חתונה פין ראזענפעלד/וואלדמאן האט מען גיבעטן רשות, און יא, פאר זיין קליינעם ברודער געט דער רבי רשות, אבער האט קלאר גיזאגט אז פאר שארמאש דשאד גייט ער קיין רשות נישט געבן,

טאטעלע » 17/8/2011 23:56

בני אדם, ס'העט דיר נישט באדערן אז איך וויל דיר לאכן הויעך אין פנים, איז וואר? ‎​
 
כ'מיין פון וועם מאכסטו חוזק דא, פון דיין רבי'ן אז ער האט געגעבן רשות, צי פון די גאנצע סידור קידושין מערכה? ‎​
 
איך קען אפשר הערן פאר וועם ר' אהרן האט געזאגט אז ער לאזט זיין קליינע ברודער זיין מסדר קידושין זיין?

בני_אדם » 18/8/2011 00:45

ער האט דאס גיזאגט פאר דעם וואס האט גיבעטן רשות, קענסט לאכן הויעך וויפיל די ווילסט, לעת עתה לויפן מער אירע אוועק ווי סי מאכן דארט חתונה אן א רשות, פארוואס איז שלמה פעדערס איידעם רובינשטיין געגאנגען קיין מאנסי, אויך וועגן א זיידע, קיין רשות האבן זיי נישט גיוואלט בעטן, זענען זיי ענדערשט געגאנגען קיין מאנסי,

zibala » 18/8/2011 00:54

איך בין צומישט

1. אויב ס'געווען רשות פארוואס איז דער זיידע אנגעקומען אינמיטען די חתונה
2. ביז היימט האב איר געשריבן אז די דריי פורצי גדר גיט מען נישט קיין רשות
3. היתכון טאקע אז מ'לאזט א פורץ גדר זיין מסד"ק ווי נעמט דער כלב אהרן דאס אחריות?

ברךמשהחסיד » 18/8/2011 01:58

בני אדם:

דער מסדר קידושין דארף אויך וויסן אז ס'איז דא רשות, אדער ס'איז גענוג איינער פון די זיידעס אדער דער חתן?

[בילד – נישט אפגעהיט]

דייקן » 18/8/2011 02:22

צוויי פאקטן.

1) רבי שמעון משה וואלדמאן האט די יאר חתונה געמאכט זיין 'טאכטער' אין וויליאמסבורג.

2) רבי אפרים שמואל פעלדמאן האט געהאט אן אייניקל'ס חתונה אין דעם זאל און ער האט זיך נישט משתתף געווען.

צו זיי האבן באקומען רשות צו נישט ווייס איך נישט, אבער די צוויי באקאנטע פאקטן געבן סימנים אז עפעס איז איצט אנדערש ווי ביי די אנדערע חתונות.

סאנז » 18/8/2011 03:09

UNBELIVEBLE! צו זען ווי ר' יוסף שליט"א איז מקרב די בעלי תשובות
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי סאנז ב- 18/08/2011 03:15:54

ביידען » 18/8/2011 03:10

איך האב די וואך גערעדט מיט איינעם פון קהל אין קר''י (ארונישע)
אין איך האב אים געזאגט אז א שוואגער מיינע מאכט חתונה אין עטרת מאיר צבי אי''ה
אין איך האב אים געפרעגט אז אויב איך גיי פרעגן רשות (נישט אין נאמען פונעם מחותן) פונעם רעבין צו איך וועל באקומען 
האט ער מיר געזאגט אויסדרוקליך נישט דער מחותן אליינס דארף קומען פרעגן רשות אין אנגעבן ווער עס גייט זיין דער מסדר קידושן

ספרינטער » 18/8/2011 03:15

Unbelievable! די עלטסטע ארוני גיבט די הענט פאר די בעל הצלת יוסף
סאנז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ביידען » 18/8/2011 03:16

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צוויי פאקטן.

1) רבי שמעון משה וואלדמאן האט די יאר חתונה געמאכט זיין 'טאכטער' אין וויליאמסבורג.

2) רבי אפרים שמואל פעלדמאן האט געהאט אן אייניקל'ס חתונה אין דעם זאל און ער האט זיך נישט משתתף געווען.

צו זיי האבן באקומען רשות צו נישט ווייס איך נישט, אבער די צוויי באקאנטע פאקטן געבן סימנים אז עפעס איז איצט אנדערש ווי ביי די אנדערע חתונות.

האסטו נאך צוויי פאקטן
1) רבי שמעון משה וואלדמאן האט נעכטן חתונה געמאכט אין עטרת מאיר צבי
2) אפרים שמואל פעלדמאן האט זיך באטייליגט
נאך א פאקט אז רבינו שליט''א איז געווען מסדר קידושן

ביידען » 18/8/2011 03:20

בני_אדם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רשות אויף סידיר קידישון קען נאר בעטן דער חתן אדער איינער פון די צוויי מחותנים, נישט א זיידע אין נישט א שוואגער, ביי די חתונה פין ראזענפעלד/וואלדמאן האט מען גיבעטן רשות, און יא, פאר זיין קליינעם ברודער געט דער רבי רשות, אבער האט קלאר גיזאגט אז פאר שארמאש דשאד גייט ער קיין רשות נישט געבן,

הא הא ער גיט רשות פאר זיין קליינע ברודער גוט איך האלט שוין אויף א וועג 
יעצט ווער האט געבעטן רשות 
אוי דעקעלעך דעקעלעך עטס מאכט מיר מיין טאג קיפ אן די גוד ווארק

דער_אקס » 18/8/2011 03:25

דאסטערס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מאנטיג נאכט האט חתונה געמאכט יצחק אייזיק גליק א שוואגער מיט שמואל הכהן פריעדמאן וואס איז דער גבאי ביי דעם בעל כלב אהרן, ווייסט איינער אויב שמואל הכהן האט זיך באטייליגט ביים חתונה? און אויב יא איז עס געווען מיט רשות? אויב איז ער נישט געווען ווייסט איינער פארוואס דא האט דער זיידע באקומען רשות אבער שמואל הכהן קען נישט באקומען רשות?


יא יא איך ווייס נישט אויב ער איז געווען אזוי אויך ווייס איך נישט צי די אלע פראנקעל'ס זענען געווען אבער דעס איז זעכער אז די פראנקעל'ס פלאצן יעצט אוועק מזעט קלאר אז ווען איינער וויל קימען קימט ער....................

1satmar » 18/8/2011 03:40

קליפ פון די חופה - חתונה

ביידען » 18/8/2011 03:41

דעס האב איך באקומען אין אישי פון א דעקעלע
ס'האט מיר געקאסט א לאך האב איך באשלאסן עס מיטצוטיילן מיטן ציבור


מעשה דברים כהווייתן:

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א חתונה אין בני יואל האל ווי זלמן לייב ט'''ב איז געווען מחלל קידושין שלא ברשות מרא דאתרא, די אבי הכלה וואס איז אריין אין חרם כדת וכדין ה''ה ארי' רז''פ, טראץ וואס ער טראגט די נאמען דיין האט זיך מורא'דיג מתחצף געווען צו זיין שווער, זאגענדיג פאר זיין שווער ר' אפרים שמואל פעלדמאן לאיושט''א אז אויב קומט ער נישט צו די חתונה גייען אלע זאלי קינדער אפהאקן מיט אים און אז דער שווער האט מער נישט קיין רעכט אריין צו גיין ביי ארי' רז''פ אין שטוב און אויב ער גייט ליגן איף א רעספערעיטאר וועט מען אים לאזן אויסגיין ח''ו עפ''ל פון ארי' רז''פ, און עם כל זה האט זיך די שווער געהאלטן פעלזן פעסט אז אויב טאר מען נישט גיין ווי ער נישט גיין,
איז געקומען דער לץ ר' שלמה הערש פעלדמאן ב''ר אפרים שמואל אראפגעדרייט א קאפ פון ר' יושע מענדלאוויטש פונעם רבין'ס שטוב מענטשן, אז עס שאדט פאר זיין טאטן צום געזונט און ער מוז רעדן צום דיין אז זיין טאטע זאל מעגן גיין איז ר' יושע געלאפן צום דיין (ר' געציל בערקאוויטש) און געזאגט אז שלמה הערש פעלדמאן זאגט אים אז עס וועט שאדן פאר זיין טאטן צום געזונט, האט אים די דיין געענטפערט בזה''ל:
פארוואס גלייבסטו זיינע קינדער גיי פרעג ר' אפרים שמואל אליין, איז יושע מענדלאוויטש געגאנגען צום זאל "עטרת פיגא" אויף קאזניץ רד אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות פון א אייניקל פון ר' אפרים שמואל בת לבנו ר' מיכל און געפרעגט ר' אפרים שמואל צו ער וויל גיין האט ר' אפרים שמואל געענטפערט נאר אויב עס איז דא רשות און יושע האט געהאט די חוצפה אים איינצורעדן אז עס איז דא רשות צו גיין,
איך האב היינט צופרי אין ביהמ''ד געהערט ווי ר' געציל רעגט זיך פארוואס יושע האט דאס געטוהן? זאגענדיג אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער מעג גיין, ער פארשטייט נישט פארוואס יושע זאגט נאך אין זיין נאמען זאכן וואס עס איז נישט געווען






תוקן על ידי ביידען ב- 18/08/2011 03:50:36

zibala » 18/8/2011 03:43

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צוויי פאקטן.


צו זיי האבן באקומען רשות צו נישט ווייס איך נישט, אבער די צוויי באקאנטע פאקטן געבן סימנים אז עפעס איז איצט אנדערש ווי ביי די אנדערע חתונות.

אלעס איז בעיסד אויף השערות?
הייסט'עס עטס זענטס דערווייל נאכנישט זיכער צו סיז געווען רשות? וואס געדויערט אזוי לאנג דאס אויסצוגעפינען?

1) רבי שמעון משה וואלדמאן האט די יאר חתונה געמאכט זיין 'טאכטער' אין וויליאמסבורג. - אויב די פראבלעם איז געווען רשות פארוואס האט דעמאלטס נישט געקענט טוהן די זעלבע שטיק ווי יעצט

2) רבי אפרים שמואל פעלדמאן האט געהאט אן אייניקל'ס חתונה אין דעם זאל און ער האט זיך נישט משתתף געווען.
נו ס'מאכט זיך אמאל אנערויני וואס שפילט נישט איבער א פערדעריי צוויי מאל, ס'טאקע א זעלטענהייט אבער מ'טרעפט עס אמאל אז די זקנה זאל אביסעלע קליגער מאכן

דער_אקס » 19/8/2011 00:27

דער איד
[בילד – נישט אפגעהיט]

ברךמשהחסיד » 19/8/2011 21:09

בקיצור נאכן אפליינען די שרעקליכע דברים כהוויתן, מיין אז מען דארף אוועקזעצן ר' עקיבא וויינשטאק מיט די גאנצע "וועד" און דן זיין ווער ס'איז שולדיג:
1) ר' געציל (דיין, אויס הגאון הגדול פוסק הדור).
2) ר' אפרים שמואל אליינס
3) ר' יושע מענדלאוויטש (שטוב מענטש, נישט משב"ק)
4) ר' שלמה הערש פעלדמאן (דער לץ)

עס איז זיכער אז קעפ דארפן פליען, זיכער צו מאכן אז אזעלכע זאכן פאסירן נישט מער.


1satmar » 15/9/2011 03:02

פאר JNET