היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וואס גייט פאר מיט דבש מילך?

וואס גייט פאר מיט דבש מילך?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2907784

oאטמארער » 4/8/2011 19:53

שוין צוויי וואכן וואס עס איז נישטא צובאקומען געהעריג די דבש מילך און אנדערע פראדוקטן, מיין חבר זאגט מיר ער האט אריינגערופן די קאמפאני האבן זיי געזאגט אז נאך די ניין טעג וועט זייער מילך זיין צוריק אויפן שעלף

זענען זיי נארמאל? די ניין טעג וואלטן זיי געדארפט האבן דאפעלט סחורה אויפן שעלף חוץ אז עפעס גייט פאר דארט

איינער האט מער אינפארמאציע?

וויכטיג » 4/8/2011 20:32

ס'איז א נארמאלער ערשיינונג ביי די קלענער קאמפאניס אז ס'מאכט זיך א פראבלעם און ס'נעמט צייט ביז ס'ווערט צוריק אין פלאץ, חוץ די גרויסע קאמפאניס וואס זענען צוגעגרייט פאר אזעלבע פעלער..

ספרינטער » 15/8/2011 05:39

די 9 טעג זענען שוין פאראיבער, איז שוין דא דבש מילך? (נישט ווייל איך דארף עס, נאר סתם נייגעריג)

געדאנקן » 15/8/2011 06:19

ד'וב ב'ן ש'מואל - בעל הקאמפאני האט מסתמא יעצט אנדערע וויכטיגערע זאכן..

גרשום » 16/8/2011 20:23

וואס איז דאס אזוינס, דבש מילך?

משה9 » 17/8/2011 20:31

גרשום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז דאס אזוינס, דבש מילך?



דבש מילך איז אזא פליסיגקייט וואס קומט ארויס פון א קיה.

גרשום » 17/8/2011 21:38

משה

איך פארשטיי נישט.  ס'איז מילך? איז פארוואס הייסט דאס דבש מילך?

ווי ווערט דאס אנגערופן אויף העברעיש אדער אויף ענגליש?

ספרינטער » 18/8/2011 04:53

אויפן סקווירא אשכול זעה איך איז משה9 אויסגעשפארט געווערן, במילא זעהט אויס אז תיקו.