דער מח בלייבט שטיין, מען קען שוין גארנישט טראכטן ווייטער, וואס נאך קען מיט אונז פאסירן הייליגער באשעפער
אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, מען מיינט אז נאר קינדער זענען אין א סכנה, און מען מאכט באווארענונגען, מען שטעלט אויף פרישע קעמרעס, מען זאגט אן די קינדער מיט א אזהרה חמורה, גיי נישט אין א פרעמדע קאר, צו א פרעמדע הויז, שלא תמות כדרך שמת פלוני, אקעי, און יעצט, יעצט איז שוין אלעס מסודר?
קומט דער הייליגער באשעפער און זאגט, יונגערמאן! קלערסט טאקע אז דאס האט פאסירט ווייל דער אינגל איז געווען פארנאכלעסיגט? קלערסט טאקע אז דאס האט פאסירט ווייל מען האט נישט געהאט גענוג קעמרעס? קלערסט טאקע אז דאס האט פאסירט ווייל מען האט געמאכט צו א גרויסע טומל?
א מכה בדופן!
דא האסטו א זעץ, נישט אין א קליין קינד, נאר אין א ערוואקסענעם, און נישט סתם א ערוואקסענער, נאר א איד וואס רבים הלכו לאורו, א איד וואס האט געזעגנט הונדערטער אידן א טאג, און לויט בחדרי (איך ווייס נישט וויפיל איך קען זיי גלייבן אבער אזוי זאגן זיי) זענען די גבאים דארטן געווען.
זיי שרייבן אין א שמועס מיט איינער פון די גבאים וואס איז געווען דארט: "נכנסו קבוצה גדולה של שלושים יהודים לבקש ברכה. אחרי שהם יצאו נשארו שלושה והאחרון שבהם, אותו רוצח מתועב, התכופף ובתוך אלפית שניה הוציא סכין ודקר את הרב". "ומה עשית באותו רגע?" "קפצתי על הרב. הוא פרפר, הוא ממש נפטר לי בידיים". ... "היו חילופי דברים בין הרוצח לבין הרב, לפני הרצח?" "לא. הרב היה באמצע לקרוא את הפתק שלו. הם לא הספיקו לדבר".
רבותי, אין וועלכע וועלט לעבן מיר?
כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו, מען קומט אריין מיט א קוויטל, און מען געט א פדיון, און נאך וואסערע פדיון, מען לייזט אים אויס פון די שפל'דיגע וועלט.
צוריק צום ענין, דער באשעפער פאדערט עפעס פון אונז, וואס? איך ווייס נישט! איך בין נישט קיין נביא!, אבער דאס זיכער, ער פאדערט נישט קיין קעמרעס, און נישט קיין אזהרות פאר די קינדער (דאס איז אויך וויכטיג, אבער נישט פאר דעם שיקט ער מאורעות משונות), ער פאדערט פון אונז שפרו מעשיכם.
יעדן טאג זענען מיר מתפלל שתצילנו היום ובכל יום מעזי פנים וכו' וממיתה משונה, און ס'ווערט געזאגט אזוי כמצות אנשים מלומדה, וואס זאל איך טון, אנשי כנסת הגדולה האבן דאס מתקן געווען, זאג איך עס, אבער ס'מיינט נישט מיר, ס'מיינט אפשר די גזירות ת"ח ות"ט, צו אפשר די צווייטע וועלט מלחמה.
קומט דער הייליגער באשעפער און ווייזט אונז, אז מיר אלע דארפן דאס בעטן יעדן טאג, ווייל אפילו דו לעבסט נישט אין מיטל אלטער ביסטו אויסגעשטעלט צו הריגות, און נאכדערצו פון א אייגענעם, אוי באשעפער, דאס הארץ טראגט עס נישט דורך, ווי דערציילט מען דאס פאר קינדער, אזוי פראסט און פשוט, א איד הרג'ט א צווייטן, נישט איינמאל נאר צוויי מאל.
אפשר פארלאנגט זיך מער תפלה, ווי קוקט אויס אונזערע תפלות?
אפשר פארלאנגט זיך מער אחדות, ווי קוקט אויס אונזער אהבת ישראל?
אפשר פארלאנגט זיך מער צפית לישועה, וויפיל ווארטן מיר אויף משיח?
ס'איז מארגן כ"ח תמוז, די יארצייט פון הייליגן ישמח משה, דער ישמח משה האט דאך געאטעמט מיט משיח, ער איז געאנגען שלאפן מיט די שטעקן צוקאפנס, אז אויב משיח קומט זאל ער זיין גרייט אים אנטקעגן צו לויפן.
דער ישמח משה איז באקאנט אז ער האט געוואוינט אין א אלטע דירה, מען האט אים געוואלט בויען א נייע האט ער געזאגט דאס קוקט אויס א חסרון אין אמונה בביאת המשיח, משיח קומט שוין אט אט, צו וואס דארף איך א נייע דירה.
ווי ווייט זענען מיר פון זיינע מדריגות!!!
דער הייליגער ייטב לב אין רב טוב פ' תשא טייטשט, זכור ימות עולם בינו שנות דור ודור שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, רעדט דער ייטב לב ארום בימיו און איז זיך מתאונן אויף די אמונה בביאת המשיח, זאגט ער זכור ימו"ת עולם, אמאל האט מען יעדן טאג עקסטער געטראכט פון ביאת המשיח, בינו שנו"ת דור ודור, שפעטער איז עס געווארן אז מען דערמאנט זיך נאר איינמאל אדער צוויי מאל א יאר, ער רעדט דארט לגבי די ד' פרשיות אז מען קען נישט ברענגן קיין שקלים און מקריב זיין א פרה אדומה, דעמאלטס דערמאנט מען זיך אז מען איז אין גלות.
וויפיל פון אונז טראכטן דען דעמאלטס יא? אפשר תשעה באב טראכט מען?, און וויפיל זיצן ביי די קינות מיט די בלעקבעריס און אין בעסטן פאל קוקט מען א קרעטשמע ארטיקל?
לאז מיר פארגיסן אביסל טרערן! המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו, קוקט אריין אין חתם סופר אין די דרשות אויף ז' אב דף שכא ע"ב, זאגט ער דעם לשון, אז איינער איז מוריד דמעות על אדם כשר "בודאי עולה צער של דמעה א' יותר מהנאה של כמה עבירות, ולכן אמרו שמוחלין לו על כל עוונותיו מחמת כבוד שעשה לו שבודאי לא ישתייר לו שום עבירה, ואדרבה הקב"ה סופרן, דהיינו לשון מספר, ולא לשון מנין כלל, אלא מספר הפרטי, שהקב"ה סופר הצער הפרטי של כל דמעה ודמעה ועולה בכמה מדריגות יותר ויותר על כל העבירות שעשה, ומחשב הקב"ה חשבון דמעות הנשארים לאחר החשבון ומניחן בבית גנזיו".
דאס מיינט אז איין טרער אליין איז גענוג פאר מחילת עוונות, און דאס איבריגע לייגט שוין דער אייבערשטער אוועק בבית גנזיו.
נו, לאמיר לאזן כאטש איין טרער, און בעטן דעם באשעפער, שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.