היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מיינע פראגעס אין דעם לוי אראן קעיס.

מיינע פראגעס אין דעם לוי אראן קעיס.

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2906262

יענקעלע11 » 26/7/2011 22:59

טשארעלס היינס איז ארויס געקומען מיט א סטעיטמענט אז לייבי ע''ה
איז דארט געווען ON HIS OWN WILL, פון ווי נעמט ער דאס?

אויך זאגט ער מיט א זיכערקייט אז דער מערדער האט עם נישט עביוזד,
פון ווי נעמט ער דאס, און וויאזוי קען מען דאס וויסן,

גלייבט עמעצער אז לייבי האט געבלאנדזשעט אויף 44 סטריט ביז 18טע עוועניו?
איך גלייב דאס נישט, (א ניין יעריג יונגל אויב איז ער א נארמאל קינד -ווי לייבי איז געווען-
קען אין בארא פארק -ווי די גאסן גייען מיט נומבערס- נישט בלאנדזשען, 

איז מעגליך אז היינס האט עווידענס אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס זיי
האבן זיך געטראפן? עפעס זעט אויס אז יא,  

עפעס איז געווען א סטעיטמענט אין די מידיע אז ווען נישט דעם טומעל וואס מען האט
אנגעמאכט וואלט ער עם נישט געהרגעט, (מען האט געשטעלט די פראגע פאר רעי קעלי
און ער האט געזאגט אז די פאליציי האט א פאליסי נישט צו מאכן קיין טומעל די ערשטע
24 שעה, אבער ער וויל נישט קריטיקירן די שומרים, אויב איז דאס אמת, שטעלט זיך די פראגעס,
לאמיר אנעמען אז דער יונגל איז שוין דארט געווען כמה פעמים, וואס ענטפערט אזא יונגל פאר
די עלטערן ווען ער פעלט אזויפיל שעה?, דאס איז דאך זיכער אז ער האט עם גענומען קיין מאנסי,
און ער איז פרייוויליג מיט געגאנגען מיט עהם, און ווי ער האט געזאגט האט ער עהם געפלאנט
אהיים צוטראגן ביינאכט, נאר ווייל עס איז געווען שפעט האט ער באשלאסן עם צו האלטן ביז
דעם אנדערן טאג, נו, קען דען א יונגל סתם אזוי פעלן א נאכט?
דער מערדער האט געזאגט אז ער האט נאר באשלאסן עהם צו הרגענען דעם נעקסטן
טאג ווען ער האט געזען דעם טומעל און ער האט געפייניקט, (למעשה, אלע סטעיטמענטס
וואס דער מערדער האט געזאגט פאר די פאליציי האט זיך ארויס געוויזן צו זיין ריכטיג)
עפעס פעלט אין די אינפארמאציע וואס דער ציבור ווייסט, און עס איז דא אסאך אומפארענטפערטע
 פראגעס, 

לכאורה וועט מען נאך געוואויר ווערן אסאך אינפארמאציע וואס וועט ווארפן א ליכטיגקייט אין דעם
קעיס,  
  

דיפלא » 27/7/2011 03:14

ועוד קשה יותר, ווייל מען זעט די פאליציי האט אן ערנסטער חשד אז דער מערדער איז גאר אן אלטער רוצח און א סיריעל קילער וועלכער האט שוין גע'הרג'עט נאך נפשות, און זיי זענען אפילו פארנומען גראבן אין זיין בעק יארד צו טרעפן נאך מעגליכע קרבנות. יעצט אויב איז דאס קינד געווען מיט'ן גוטן ווילן אין זיין הויז, און נאר ווייל דער מערדער האט זיך דערשראקן פונעם גרויסן זוכעניש האט ער "געפאניקט", איז עס דאך נאר געווען דא אן איינצלנער פאל? פארוואס זאל די פאליציי, וועלכע ווייסן דאך יא אלע אינפארמאציע פונקט ווי היינס, חושד זיין אז דא רעדט זיך פון עפעס א מאסן-מערדער?

געגאנגען » 27/7/2011 03:30

איך קען דיר נישט ענטפערן אלע דיינע קשיות, ווייל איך בין נישט דארט געווען נישט בעפאר און נישט דערנאך.

איין זאך ווייס איך יא.

ס'איז נישטא קיין שום מציאות שבעולם אז ביינאכט האט ער געקלערט אים אהיימצוטראגן, און צופרי האט ער 'געפאניקט וועגן די זוכעניש' און פלוצלונג באשלאסן צו הרגענען. זילטש! נאדא!

צי ער האט יא געטון מעשים מתועבים צי נישט, ווייס איך נישט. זיי האבן לכאורה נישט געטראפן קיין DNA און דערפאר זאגט היינס אזוי זיכער, איך בין אבער איבערצייגט אויף א מיליאן פראצענט אז 'עפעס' האט ער געטון, און פאר דעם עפעס האט ער העכסט ווארשיינליך "קיינמאל נישט געפלאנט צו לאזן דאס קינד אהיימגיין".

צי ער וואלט אים ערמארדעט רח"ל יענע נאכט צי א טאג שפעטער ווייס איך נישט. אויב מ'וואלט אים געטראפן לעבעדיג?! אז דער רצון ה' איז געווען אז נישט דאן נישט, אבער איך ווייס יא אז די מעשה וואס ער דערציילט איז דורכאויס פאלש.

א צווייטע נקודה. איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דאס קינד איז געווען אין מאנסי. דער מערדער איז מסתמא יא געווען, בפרט ווען לויט שמועות געדענקען אים מענטשן פון דארט, אבער דאס קינד איז שטארק מעגליך, און אזוי מסתבר, אז ער איז געלעגן בשעת מעשה געבינדן די הענט און פיס ערגעצוואו. קען אפשר זיין אז טאקע ביי אים אין קאר, אבער לאגיש לייגט זיך מער אויפ'ן שכל אז ביים רוצח אינדערהיים.

וואלןסח » 27/7/2011 03:45

איך אגרי מיט געגאנגען
אן אריינגיין אין דיטעלס, אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז כדי דער DNA זאל עפעס אויפכאפן אויב ער האט געטון מעשה נבלה איז דוקא אויב האט ער עס געטון אויף א געוויסע וועג, און אויסער די געוויסע וועג קען מען טון נאך צענדליגע אנדערע מעשה נבלה וואס דער DNA וועט נישט אויפכאפן, דער DNA כאפט סך הכל אויף וואס מען האט געטון אויפן גוף וואס לאזט א רושם, ס'איז נישט קיין אורים ותומים

יענקעלע11 » 27/7/2011 04:14

על האחרון ראשון, געגאנגען האלט נישט מיט, דאנערשטיג האט מען געמאלדן
אז עס איז אפיר געקומען א קלארער ווידיאו ווי מען זעט זיי ביידע אין א געז
סטעישאן אויפן פאלעסיידס 8:15 ביינאכט, , דאס קינד איז קודם ארויס פון די קאר
און האט פריינטליך אויפגעמאכט די טיר פאר דעם דרייווער ארויס צו קומען, 
דאס יונגל האט דאן געבעטן דעם שליסל צו גיין אין בית הכסא, דארט געווען אפאר
מינוט און ארויס געקומען, ער איז געווען זייער רוהיג, אלזא זיי זענען זיכער
אז ער איז מיט געפארן קיין מאנסי, און ארום געגאנגען פראנק און פריי,

צווייטענס, נישט טרעפן קיין DNA איז נישט קיין פרוף אז עס איז "נישט" געווען,
דאס איז נאר נישט קיין פרוף אז עס איז "יא" געווען, און טשארעלס היינס ווייסט
דאס זייער גיט, מיט זיין ארויס קומען מיט אזא זיכערהייט מיט די צוויי סטעטמענטס
איינס, אז ער איז "נישט" מאלעסטעד געווארן, צווייטענס אז ער איז דארט געווען
מיט זיין גיטן ווילן, זעט אויס אז היינס ווייסט אסאך מער פון אונז, און ווארפט ארויס
די אינפארמאציע צוביסלעך נישט צו דיסאפוינטן דעם ציבור,

טשארלס היינס, וואס וויל זייער שטארק גיין בכל חומר הדין, וואלט זיכער געוואלט אז
ער זאל יא האבן געקידנעפט דאס קינד מיט געוואלד, און אז ער זאל יא האבן מאלעסטעד
דאס קינד, אויך איז קלאר אז טראץ וואס לכתחילה האבן זיי געהאלטן אז דער מערדער
האט ליגענט געזאגט פאר זיי, האבן זיי געטוישט דעם מיינד און היינט האלטן זיי אז אלעס
וואס ער האט זיי געזאגט איז אמת,

ס'איז מלא קושיות, אויבן אויף זעט טאקע אויס אז עס איז נישט קיין מציאות אז ער האט עהם
געהאלטן ביים אהיים לאזן, אבער לויט טשארעלס היינס זעט יא אזוי אויס, ווי ער האט געזאגט 
אז ער איז דארט געווען פרייוויליג און נישט געצווינגענערהייט, ער זאגט דאס מיט אזא זיכערקייט
כאטש עס איז בניגוד צו זיין אינטערעס. אתמהה,   

געגאנגען » 27/7/2011 06:38

איך האב נישט געזען די ווידיאו, און איך ווייס נישט פונקטליך וואס מ'זעט דערויף. אבער עס טוישט נישט קיין כי הוא זה וואס איך האב געשריבן.

איך ווייס נישט אויב ער האט אים געטשעפעט אין ווייטן עבר, אין די פאר טאג, געפלאנט צו טשעפען, געפלאנט צו עסן צוזאמען סיריעל, צי סיי וואס אנדערש. צי ער האט אים יא געקענט פון פריער צי נישט. איין זאך בין איך איבערצייגט: ער איז נישט אויפגעשטאנען צופרי און געפאניקט ביים זען די איבערקערעניש, און לכבוד דעם באשלאסן צו ווערן א קאלטבלוטיגער מערדער, און נאך פון אן אומשולדיג באחנ'ט קינד.

אזוי אויך האט ער נישט 'פערצופאל' געטראפן אינדערהיים די דראגס מיט וואס ער האט אים (ווייניגסטנס) אפגעשוואכט.

כ'בין מודה קלאר פון פאראויס אז איך ווייס נישט אלע פרטים. קיין נברא אויף דער וועלט חוץ דעם מערדער וועט מסתמא קיינמאל נישט וויסן, אבער איך האלט מיך פעסט ביי די טעאריע אז צוליב 'עפעס' האט ער אים ערמארדעט. ס'איז מיר אוממעגליך צו שפאקולירן וואס ווען וואו, ודי בזה.

NiesNow » 27/7/2011 16:37

Levi Aran probably told Leiby A"H that he will call his Mom and tell her that he has him and will bring him home later, he probably made himself as if he dialed, called and talks to her and that his mother agreed for leiby to stay with him, maybe he did it 10 times as if to tell her that he is taking him to Monsey

משהלע » 27/7/2011 17:09

געגאנגען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב נישט געזען די ווידיאו, און איך ווייס נישט פונקטליך וואס מ'זעט דערויף. אבער עס טוישט נישט קיין כי הוא זה וואס איך האב געשריבן.
אבער דער וואס האט דאס יא געזען זאגט אז מען זעט קלאר אז ער גייט זייער רוהיג און נישט געצווינגענערהייט!!!

איך ווייס נישט אויב ער האט אים געטשעפעט אין ווייטן עבר, אין די פאר טאג, געפלאנט צו טשעפען, געפלאנט צו עסן צוזאמען סיריעל, צי סיי וואס אנדערש. צי ער האט אים יא געקענט פון פריער צי נישט. איין זאך בין איך איבערצייגט: [ דו ביסט נישט איבערגעצייגט, דאס איז בלויז דיין טעארי, אמת, רוב מענטשן האלטן אויך אזוי, אבער זעט אויס אז היינס האלט אנדערשט], ער איז נישט אויפגעשטאנען צופרי און געפאניקט ביים זען די איבערקערעניש, און לכבוד דעם באשלאסן צו ווערן א קאלטבלוטיגער מערדער, און נאך פון אן אומשולדיג באחנ'ט קינד.

אזוי אויך האט ער נישט 'פערצופאל' געטראפן אינדערהיים די דראגס מיט וואס ער האט אים (ווייניגסטנס) אפגעשוואכט.

כ'בין מודה קלאר פון פאראויס אז איך ווייס נישט אלע פרטים. קיין נברא אויף דער וועלט חוץ דעם מערדער וועט מסתמא קיינמאל נישט וויסן, אבער איך האלט מיך פעסט ביי די טעאריע אז צוליב 'עפעס' האט ער אים ערמארדעט. ס'איז מיר אוממעגליך צו שפאקולירן וואס ווען וואו, ודי בזה.


איך אגרי מיט דיר, קיינער וועט מן הסתם קיינמאל נישט וויסן דעם ריינעם אמת, אבער שפעקאלירן איז יא מעגליך, יעדער מעג און קען שפעקאלירן און טראכטן, ר' יאנקעלע איז גערעכט, דער גאנצער קעיס איז מלא קשיות און פלאות, א קינד פון קנאפע 9 יאר לערנט אויף 12 און 44, ער גייט יעדן טאג אהיים (אדער פארט מיטן באס) ער שמוסט אפ מיט די מאמע זיך צו טרעפן אויף 13טע עוו. א קינד פון 9 יאר ווייסט אז נאך 12 קומט 13, לאמיר זאגן אז ער האט פארגעסן, אדער געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינצודרייען אויף 13 איז ער ווייטער געגאנגען, אבער ער איז דאך אנגעקומען אויף 15טע עוו., די גאס ווי ער וואוינט, פארוואס האט ער זיך נישט איינגעדרייט, (רעכטס, אדער אפילו לינקס, בטעות) ווי איז ער אנגעקומען אויף 18טע עוו.?, עפעס שטימט נישט, אויף די קעמערעס זעט מען ווי ער גייט מיט א זיכערקייט און נישט ווי איינער וואס איז פארלוירן, ער פרעגט קיינעם נישט קיין דירעקציעס, און אויף 18 ווי ער טרעפט זיך מיט דעם מערדער, זעט מען נישט קיין פארלוירן דערשראקן קינד, מען זעט ווי זיי באמערקן זיך, און דאס איונגל גייט עם נאך און גייט אריין אין זיין קאר, זייער מאדנע!, עס זעט אויס פון די קעמערעס אז דאס איז געווען א אפגעשמוסטע זאך און נישט אז מען האט זיך פערצאפאל געטראפן, און ווי עס שיינט האלט דער די איי אויך אזוי, 

יעצט אויב נעמען מיר אן די טעארי, דארף מען ווייטער טעארייזן, וואס האט דאס קינד געטראכט און וואס האט דער מערדער געטראכט, ווי אזוי קען מען דארט פארבלייבן שעות ארוכות (און אפילו איבער נאכט) וואס וועט מען זאגן אינדערהיים?, איז לדעתי געווען איינס פון צוויי זאכן, אדער האט דאס קינד איינגערעדט דעם מערדער אז ער האט נישט קיין עלטערן און איז נע ונד צעווישן משפחה און קיינער קיקט זיך נישט אויף עם, אדער האט דער מערדער איינגערעדט דאס קינד אז ער איז בקשר מיט זיינע עלטערן אין אז זיי האבן עם ערלויבט דארט צו זיין ביי עם, איר זאגט אז דאס איז חלומות? יא! הונדערט פראצענט! אבער קיין בעסערן ענטפער אויף די פיל אומפארענטפערטע פראגן טרעף איך נישט, אדרבה, לאמיר הערן אייער מיינונג. 

דאס איז זיכער אז פונקטליך וואס דארט איז געווען ווייסט קיינער נישט, (אן מן הסתם וועט מען קיינמאל נישט וויסן) אבער וואס דער די איי זאגט ווייסן מיר יא, און דער די איי איז נישט קיין צייטונג שרייבער אדער סתם א גאסן יונג, יעדעס ווארט איז ביי זיי אויסגערעכנט, ער ווארפט זיך נישט סתם מיט סטעטמענטס, ס'איז א חידה סתימה,  

יענקל_38 » 27/7/2011 19:02

יענקעלע אין משהלע.

וואס שטערט אייך צו טראכטן גראד אזוי ווי יעדער??
דאס א 35 יעריגער עדאלט, א מערדער - וואס האט מיט זיינע צוויי הענט דערשטיקט א לעבעדיג זיס אינגעל - טוט מען דן זן ביי ספיקות לכף חוב "אל די וועי", אין 9 יעריג וואויל אינגעל פון א נארמאלע שטוב צו דן זיין לכף זכות "אל די וועי",

וואס גארט איר אזוי פאר גרויליגע קאנספיראציעס, מיט בליציגע קשיות חשבונות ראיות סתירות פשעטלעך אין תירוצים,
צו רעדן שיין אויפן מערדער אין מיאוס אויפן אינגעלע מאכט אייך פילען בעסער???

משהלע » 27/7/2011 19:20

ווי זעסטו רעדן שיין אויפן מערדער און מיאוס אויף דעם נרצח? לית מאן דפליג אז דער מערדער לוי אראן איז א גרויזאמער נידערטרעכטיגער מערדער, און לו יהא דאס קינד האט געטון אלעס וואס מען האט טעארייזט, טיט דאס נישט פארמינערן דאס אכזריות פון דעם מערדער, אפילו אלעס זאל אמת זיין און נאך מער, איז ער פארט נאר  א קינד פון אינטער 9 יאר, און זיין הסכמה איז קיין הסכמה אויף גארנישט, דא איז בכלל נישט די רעדע פון דן לכף זכות אדער לכף חובה, אבער די קשיות בלייבן ווייטער שווער, און נארמאלע מענטשן ווילן וויסן דעם ענטפער ווי ווייט מעגליך,

זאג נאר!, עס מאכט דיך פילן בעסער אינטער צו שטיפן דעם קאפ אינטער די דאכענע און חלומען אז דא איז גארנישט געשען מער ווי א קידנעפינג און א רציחה? אויב יא? חלום ווייטער!!!! 

יענקל_38 » 27/7/2011 19:38

קאנספעריר ווייטער!!!!

allgood1s » 27/7/2011 19:44

I didn't check it out, but I heard he was told to meet with his mother at the book store 6 blocks from his school with a turn on 13th ave., the place he got kidnaped was also 6 blocks from his school just he missed the turn on 13th ave. And if u beleive everything the murder said, why don't u beleive what he said that the kid was asking where the book store is

יענקעלע11 » 27/7/2011 19:45

יענקל, רוב מענטשן, על כל פנים די אלע צו וועם איך האב גערעדט, האלטן קלאר אז דער מערדער איז א צודרייטער פערשוין, יעדער פרעגט די זעלבע פראגעס וואס איך האב דא געפרעגט, קיינער קומט נישט צו קיין שום קאנקלאזשענס, און למעשה איז דאס באמת נישט קיין גרויסע נפקא מינה, דער לוי אראן איז א מערדער, א קאלט בלוטיגער רוצח, און דער לייבי קלעצקי ע''ה איז געווען אן אומשולדיג שעפעלע, וואס האט נעבעך אנגעטראפן דעם רוצח, צו ער האט עם געטראפן איין מאל צו צוואנציג מאל איז נישט משנה, קיינער איז עם חלילה נישט דן לכף חובה, (ווי קען מען דן זיין א 9 יעריג קינד לכף חובה) און קיינער איז נישט מלמד זכות אויף דעם רוצח.

משהלע » 27/7/2011 20:03

יענקל_38 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קאנספעריר ווייטער!!!!

האסט א ענטפער אויף די פראגעס פון ר' יענקעלע11 , לאמיר הערן, אבער סתם צו חלום'ן און צו בת היענה'ן איז סתם נאריש, לאמיר זען וואס דו גלייבסט, אז דאס יונגל האט זיך געדארפט טרעפן מיט זיין מאמע אויף 13 און 50, און דאס איז דאס ערשטע מאל וואס ער איז אליין געגאנגען אויף די גאס (?), ער האט געבאלאנדזשעט אראפ 44טע סטריט (?), ער האט זיך פארגעסן (?) איינצודרייען אויף 13 טע עוו. ביי 18טע עוו. האט ער זיך ערשט געכאפט אז ער בלאנדזשעט (?), ער האט געפרעגט לוי אראן ווי דער ספרים סטאר געפינט זיך (?), און ער האט עם געזאגט אז ער גייט עם אהיים טראגן (?), און למעשה טראגט ער עם אהיים צו זיך, קיינער הערט נישט קיין קולות דאס קינד גייט מיט געמיטלעך, פארט קיין מאנסי גייט ארויס אין געז סטעישאן, שרייט נישט פארפירט נישט, פרעגט נישט קיינעם קיין דירעקשאנס לענגאויס 44טע סטריט, אלעס שטימט? אלעס איז בסדר?, גארנישט איז נישט שווער? יא! חלום ווייטער!!! 

apnews » 27/7/2011 21:42



 
Why should a 8 year old suspect someone with a beard for anything? how smart is an 8 year old child

He asks someone for directions after missing a turn for directions and that guy promises to take him home

At night for whatever reason or bubka story he explains to a 9 year old why he cant go home tonight only tomorrow  Then he takes him to Monsey and on the way stops in a gas station, why should the 8 years old run away when he is not suspecting anything and believes for whatever bobke that he is going home tomorrow
 
Bottom line whats the big deal to convince a 8-9 years old child to behave and sell him some kind of bubka story why it will take until the morning to take him home
 
משהלע
Yes, he looks very confused on the way like someone who is wondering around lost



תוקן על ידי apnews ב- 27/07/2011 21:46:58

ראדני_קינג » 27/7/2011 22:05

איך עגרי אינגאנצן מיט ap, א קליין חסידישע בארא פארקע אינגעל, האט אין זיין לעבן געהערט אדער עסקפיריענסט עפעס שלעכטס, ווייסט נישט פון קיין צרות, וואס זאל איהם בייפאלן אז א ערוואקסענע פרומע אידישער מענטש וויל איהם טשעפען,

shia550 » 27/7/2011 22:07

אז דער קינד האט מורא אין א געז סטעשאן און קריגט זיך נישט מיט אים מיינט נישט פריינטליך
עס קען מיינען א שוואכער קינד וואס געפינט זיך אין א גויאשער געגענט אין איז מיואש

ראדני_קינג » 27/7/2011 22:16

ס'מער מסתבר ער האט איהם איינגערעט א קאצינבויך אז אלעס איז בסדר, און ער איז בקשר מיט זיינע עלטערן און ער גייט שוין אט אט איהם אהיימנעמען, א 8 יעריג יונגל קען עס גרינג אפקויפן, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין,

ווען ער האלט איהם ווען א וואך צוויי, קען מען אפשר פארשטיין אז דאס קינד וואלט געדארפט ווערן אומגעדילדיג, אבער איין טאג, וואס איז אזוי שווער צו בארואיגן א קינד?

משהלע » 27/7/2011 22:18

קענט איר א 8-9 יעריג קינד וואס וועט מסכים זיין צו גיין מיט א פרעמדן מענטש זיצן ביי עם אינדערהיים און פארן אויף א חתונה קיין מאנסי שעות ארוכות צוריק קומען צו יענעם אהיים און זיין דארט "פרייוויליג"? איך נישט!, אויף די גאסן ביז 18טע עוו. פרעגט ער קיינעם נישט קיין דיירעקשאנס, ער זעט נישט אויס דערשראקן, א יונגל וואס איז פארלוירן נעמט זיך וויינען, און דא האט ער זיך רוהיג געוואקט, אפילו ווען ער טרעפט זיך מיטן מערדער זעט ער נישט אויס דערשראקן, דער די איי זאגט מיט א זיכערקייט אז ער איז דארט געווען פרייוויליג נישט געצווינגענערהייט, זעט אויס אז ער ווייסט וואס מיר ווייסן נישט, וועלן מיר דארפן ווארטן ביז די אינפארמאציע וועט ארויס קומען.

ראדני_קינג » 27/7/2011 22:46

וואס ווייסטו וואסערע סארט יונגעל לייבי ע"ה איז געווען, איך האב איהם נישט געקענט, אבער לויט וויפיל איך האב געהערט איז ער נישט געווען די שארפסטע קינד, ער איז געווען זייער א וואוילע און הארכזאם, און דער רוצח אראן האט געזען ווי דאס קינד איז אזא לאזעדיגער, האט ער געריטן אויף איהם, אזוי האב איך עס פארשטאנען אלס א פשטות פון די ערשטע מינוט,

דייקן » 27/7/2011 22:55

מיין מיינונג איז שטארק נוטה צו דעם פותח האשכול. אבער איך האלט אז די אשכול מוז פארמעקט ווערן.

טראכט אייך איבער איידער איר שרייבט עפעס, דא איז א פאבליק פלאץ, דאס קען גאר שטארק מצער זיין די פאמיליע פונעם באטראפענעם.

nys10952 » 27/7/2011 23:41

איך האב פאר ענק אלע נייעס נישט נאר א 8 יערינג אינגלע האט זיך נישט געקענט פארשטעלן ווי א איד קען זיך ליידער דערקייקלען אינז אלע האב מיר זיך אויך נישט פארגעשטעלט אין מיר אלע קענען עס נאך קוים גלייבן

אין נאך מער מקען נישט טיען מיט א גוף וואס ער האט געטיען מיט א פלענע קאך מעסער פארוואס האט ער געהאט די כלים

אין בכלל די אשכול קימט אפשר אין גוישע סייט נישט ווי אידישע קינדער דרייען זיך


תוקן על ידי nys10952 ב- 27/07/2011 23:43:16

געגאנגען » 28/7/2011 21:49

ר' יענקעלע און ר' משה

איך בין בכלל נישט דא צו שפאקולירן און ענטפערן קשיות, ספעציעל פאר משהלע. דו קומסט מיר פאר - אנטשולדיגט פארן צושטעל - ווי די 9/11 קאנספיראטארן וואס זענען איבערצייגט אז די עראפלאן אין ווארלד טרעיד סענטער איז עכט געווען א מיסיל וואס האט אויסגעזען ווי אן עראפלאן... ועוד כהנה וכהנה, און אלעס וועגן אפאר נארישע קשיות.

נישט קיין חילוק וואספארא ענטפער אדער טעאריע דו ווילסט ארויסשטעלן איז איין זאך קלאר, קלאר. דער מערדער איז נישט אויפגעשטאנען איין צופרי און אומגעברענגט דאס אומשולדיג קינד צוליב 'פאניק'. פינטל.

דאס איז געווען אן אויסגערעכנטע קאלטבלוטיגע רציחה, נאכן אים אריינגעבן א דאזע דראגס צו זיין גרייט פאר די רציחה (און אז דו ווילסט שפעקולירן, אפשר האט ער באקומען דראגס פון די ערשטע מינוט, און דאס רואיגע גיין אין ביהכ"ס ביי די גאז סטאנציע איז געקומען שוין נאך די דראגס? אבער ווייטער, דאס אלעס איז הוילע שפאקולאציע).

איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען די ערשטע מאל צי די פופצנטע מאל, איך בין יא איבערצייגט אז עס איז נישט געקומען פלוצלונג.

לענ"ד איז דאס גורל פונעם קינד געווען פארזיגלט פון די מינוט וואס די השגחה עליונה האט אים צוזאמגעפארט מיט דעם אכזריות'דיגן רוצח, און ס'איז שוין דאן געווען קלאר ביים מערדער אז ער גייט נישט אהיים קיין לעבעדיגער. דאס איבריגע איז שפאקולאציע און טעאריעס. איך ווייס נישט וואו היינס צילט, און איך הייב נישט אן זיך אויסצוקענען אין לעגאלן פעלד מיט זיינע דריידלעך און מאכינאציעס. איך האב נישט געבויט מיין 'טעאריע' אויף וואס די 'גאס' זאגט, נאר אויף טרוקענעם קאלטן לאגיק.

אז דו האסט עפעס וואס אפצווענדן וואס איך האב געזאגט, אדרבא, פתח פיך.

משהלע » 28/7/2011 23:43

זיי אזוי גיט, ליין שטייטעלעך איבער דיין תגובה און זאג מיר צו עס מאכט סענץ? די מאכסט א מישמאש פון אנהייב ביזן סוף, מיינע שפעקאלאציעס הייסט א קאנספירעסי, און דיינע שפעקאלאציעס (חלומות בלע''ז) איז א פאקט!,

דו שרייבסט:
נישט קיין חילוק וואספארא ענטפער אדער טעאריע דו ווילסט ארויסשטעלן איז איין זאך קלאר, קלאר. דער מערדער איז נישט אויפגעשטאנען איין צופרי און אומגעברענגט דאס אומשולדיג קינד צוליב 'פאניק'. פינטל.
פארוואס איז דאס ביי דיר אזוי קלאר? (אגב, קלא''ר איז ר''ת אין קץ לדברי רוח), יעדער אין דעם אינוועסטיגעישאן
האלט דווקא אז עס איז נישט געווען קיין פאראויס געפלאנטער מארד, געב א קיק וואד דער דעילי ניוס שרייבט:
Police Commissioner Kelly said that the massive search launched to find Leiby spooked Aron into doing the unthinkable: "He panicked, and that is why he killed the boy." It is believed that Leiby was suffocated before Aaron cut up his body.
ביי דיר איז קלאר "מיט א פינטל" אז ער האט געפלאנט עם צו הרגענען, און ביי רעי קעלי איז קלאר (סתם אזוי אן א פינטל) אז ער האט געפאניקט און דערפאר האט ער עם געהרגעט,

ווייטער שרייבסטו:
איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען די ערשטע מאל צי די פופצנטע מאל, איך בין יא איבערצייגט אז עס איז נישט געקומען פלוצלונג.
פון ווי ביסטו אזוי שטארק איבערגעצייגט? אמת, עס איז זייער מעגליך אז דו ביסט גערעכט, אבער איבערגעצייגט? פון ווי נעמסטו דאס?, דאס איז בניגוד צו די מיינונג פון פאליס קאמישענער און פון די איי היינס, עס ליגט אויף דיר א פליכט אנצורופן דעם די איי און עם אויך איבערצייגן!,

און דאס וואס דו שרייבסט, אז:
לענ"ד איז דאס גורל פונעם קינד געווען פארזיגלט פון די מינוט וואס די השגחה עליונה האט אים צוזאמגעפארט מיט דעם אכזריות'דיגן רוצח, און ס'איז שוין דאן געווען קלאר ביים מערדער אז ער גייט נישט אהיים קיין לעבעדיגער. דאס איבריגע איז שפאקולאציע און טעאריעס. איך ווייס נישט וואו היינס צילט, און איך הייב נישט אן זיך אויסצוקענען אין לעגאלן פעלד מיט זיינע דריידלעך און מאכינאציעס. איך האב נישט געבויט מיין 'טעאריע' אויף וואס די 'גאס' זאגט, נאר אויף טרוקענעם קאלטן לאגיק.
מישסט ווייטער השגחה עליונה מיטן מציאות, יא, עס איז זיכער אז פון די השגחה עליונה איז דער גורל פון קינד פארזיגעלט געווען פון די מינוט וואס זיי האבן זיך געטראפן, פון ווי איך ווייס? ווייל דו זעסט דאך אז ער האט עם ל''ע געמארדערט!!!, דאס איז פון השגחה עליונה שטאנדפונקט וואס דער הייליגער באשעפער דער יודע עתידות האט געוויסט און געטוהן, אבער מיר קליינע מענטשעלעך וואס ווייסן נישט קיין עתידות, און גארנישט איז נישט כתוב וחתום ביז עס פאסירט נישט, האלטן אנדערשט, 

דו גאנצע סטעיטמענט פון די דראגס ווי די העדליינס און די פעיפערס איז געווען (סיי אין דעילי ניוס און סיי אין פאסט און מסתמה און נאך פעיפערס) אז ער איז געשטארבן פון אווער דאז, פון דעם מיקטשער פון דראגס, למעשה האט מען פון דעם סטעיטמענט (לכאורה) צוריק געצויגן, און זיי זאגן אז ער איז געשטארבן ווען ער האט עם ל''ע דערשטיקט מיט א האנדטוך און נישט פון דראגס, און דאס איז איינס פון די סתירות און קשיות וואס דער פותח האשכול האט אנגעהויבן ביים עפענען דעם אשכול, מיר ווייסן נישט וואס דא איז געווען, אלעס איז שפעקאלאציעס און (אפשר) פאנטאזיעס, קיינער איז נישט איבערגעצייגט אין גארנישט, די פאקטן וועלן (אפשר) מיט די צייט ארויס קומען, אבער ביז דאן האט יעדער א רעכט צו חלום'ען און פאנטאזירן. 

UnitedWill » 29/7/2011 00:08

Moshe: please give a link to the statement from kelly. i thing that was in first few days.

When it came out the results from Medical Examiner everyone said that he first have overdoses him with drugs, THAN when Leiby was still alive he killed him with a towel.

משהלע » 29/7/2011 01:16

Look, I don’t know the precise date when commissioner Kelly had made this statement, I know for certain that the quote from Mr. Kelly was in the papers even after the medical examiners findings, but this does not say that the commissioner actually made the statement afterwards, and frankly it is irrelevant, there are many inconsistency’s in this case, and as we all agreed, we will have to wait until the facts will be known, probably during the trial.

גביר_אדיר » 29/7/2011 10:46

איך ווייס נישט צו איך זאל דעם אשכול אנרופן פערדעריי, אדער סתם שפיכות דמים - וואס דאס איז בעצם וואס דער אשכול איז. איך האב נישט קיין געדולד צו קיינע אריכות, אבער איך וועל טרייען אין קורצע שורות.

נישט היינס און נישט קעלי, און אוודאי נישט די גוי'אישע צייטונגען זענען אורים ותומים, אדער באגלייבט עפעס מער ווי יעדער געווענליכער עקספערט. (און ווער איז נישט קיין עקספערט היינט).

איך האב דוקא יא גערעדט מיט עטליכע מחנכים פון באיאנ'ער ת"ת, און אויך מיט משפחה מיטגלידער וועלכע האבן געקענט לייבי. לייבי איז געווען אן עקסטרעם וואוילער און געהארכזאמער קינד, און היפש תמימות'דיג (ווער עס קאן זיין טאטן קען דאס זייער גוט פארשטיין). און לייבי האט געפאלגט יעדן ערוואקסענעם מענטש. סיי וועלכער ערוואקסענער וואלט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו מאנעוורירן לייבי'ן צו טאהן וואס ער וויל.

לייבי האט זיך געבעטן שוין וואכן אז אנדערע חברים גייען שוין אליינס אהיים פון חדר און ער וויל שוין אויך, ווייל ער איז שוין גרויס, בפרט יעצט זומער ווען עס איז דא דעי קעמפ. ער האט שוין געדארפט פרייטאג פאר דעם אהיים גיין אליינס, אבער צוליב די היץ איז ער למעשה געקומען מיט די באס.

יענעם גורל'דיגען מאנטאג, האט די מאמע אים געזאגט ער זאל מאכן א רעכטס און גיין זעקס בלאק און איהר טרעפן ביי די ספרים סטאר. ער איז געגאנגען זעקס בלאק, געמאכט א רעכטס און געזוכט א ספרים סטאר. נישט טרעפנדיג דעם ספרים סטאר האט ער געבעטן ביי א פרום אויסזעענדן איד זאל אים אנווייזן די ספרים סטאר (כפי עדותו פון דעם רוצח אליינס, וואס יענקעלע זאגט דאך אז ער זאגט אמת), און פון דארט און ווייטער האט דער רוצח איבערגענומען די לייצעס.

דאס איז זיכער, אז ער האט אים גוט פארדראגט, און איין באשעפער ווייסט ווען ער האט דאס געטון, זייער מעגליך גאנץ ביים אנהייב, בפרט אויב האט לייבי נישט רואיג מיטגעארבעט מיט אים.

"דער די עי זאגט" אז לייבי איז געווען דארט פרייוויליג!!!

און אויב איך זאג אנדערש בין איך אן אפיקורוס. און ווייסט וואס, איך בין אן אפיקורוס. לייבי איז נישט געווען דארט פרייוויליג, ער האט געהערט יענעם טאג צענדליגער הויכהילכערס שרייען לייבי........ לייבי.........., אבער ער איז געווען געבינדן (יא, די פאליציי זאגט אז ער איז געווען געבונדן, זיי קענען אבער נישט וויסן פונקטליך ווי לאנג). ביי מיר הייסט דאס נישט פרייוויליג.

ער האט געהאט גרייט דראגס, און די נויטיגע מעסערס, אויף אויצופירן זיין בוטשעריי. די שכנים וויינען אז זיי האבן זיך שוין פיל מאל אפגערעדט אויף אים אז ער איז אלעמאל אינטערעסירט אריינצושלעפן די קינדער צו זיך אין קאר. מיר זאגט דאס אז ער האט דאס שוין געפלאנט פון פריער (די הייליגע פאליציי זאגט דאך אויך אז סינישט מסתבר אז דאס איז געווען דאס ערשטע מאל, איך זאג אז עס איז גראדע יא מסתבר, בפרט ווען מען פלאנט דאס שוין א לאנגע צייט), און יעצט איז אים אונטערגעקומען א געלעגענהייט.

און ער האט אויסגענוצט די געלעגענהייט. און אין מיין קאפ, (נישט אז איינער מוז זיך רעכענען דערמיט, פונקט ווי איך מוז זיך נישט רעכענען מיט היינס, קעלי, יענקעלע אדער משה'לע) זענען יעצט פארענטפערט אלע קשיות...

געדאנקען » 29/7/2011 16:36

גביר זייער גוט ארויס געברענגט.

יענקל_38 » 29/7/2011 20:47

גביר, איך גע'דיר קרעדיט פארן פורבירן קאנווינסען די 2 שטאקיגע קאנספיראנטען יענקעלע אין משהלע אויף אזא רואיג אין צודערזאכיש תגובה - מדארף פאר דעם האבן שטארקע נערווען... - אבער איך האב מורא אז דאס זיין אזוי שפיציג קאנספיראנטיש, איז נעבעך אן אומבאהאלפענע מחלה,
אין ווילאנג ס'איז נישטא קיין "קלארן" ווידיאו פון "יעדן" ריר, אין אויך נישט קיין קיין אורים ותומים, צו זעהן אין וויסען "קלאר" וואס איז געטראכט געווארן אין יענע שרעקעדיגע שעה'ן אין דעם מוח פונעם רוצח אדער זיין אומשידליגען קרבן ,איז ווי פארשטענדליך דא ספיקות, וואס דאן איז אן ערשט קלאסישען געגלגענהייט פאר קאנספיראנטען ווי יענקעלע אין משהלע זיך צוצוכאפען אין גלייבן תיכף פארקעט פונעם אנגענומענעם דעת הקהל, מיט איינגעמאכטע הנחות אין כלומפערשטע אומאפרעגבארע ראיות אין פשעטלעך ווי ס'איז דער סדר ביי אזעלעכע אפכא מיסתברא'ניקעס, ובכן גביר אדיר קומט דיר קרעדיט פארן נעמען זיך די מוה מיט אזעלעכע זיך מטפל צו זיין...

FiveBoro » 31/7/2011 21:38

צוערשט, בעפאר איך רעד אריין אין דעם אשכול, מוז איך קלארשטעלן אז בשיטה האלט איך אז דער גאנצער אשכול איז א טאטאלער אוממענטשהייט, און וואלט געמעגט פארמעקט ווערן.

נאר היות איך זעה אז די קאנספיראציעס דא פארן אויף רעדער, און דאס קען ברענגען א אומזינסטע צומישעניש ביי מענטשן, וואלט איך יא געוואלט, אז ווילאנג דער אשכול איז דאהי, זאל געהערט ווערן אפאר קלארערע ווערטער.

די ענינים וואס מען האט דא גערעדט זענען פילפאכיג, און עס איז אויסגעמישט איינס אינעם אנדערן, אלזא וועל איך צוטיילן די נושא אין 4 חלקים:

1) צו האבן זיי זיך געקענט פון פריער. 2) פארוואס האט דאס קינד קאאפערירט מיט אים צו פארן קיין מאנסי. 3) וואס איז געווען דער מאטיוו פון די פארכאפונג. 4) וואס איז געווען דעם מערדערס פלאן.

1) צו האבן זיי זיך געקענט פון פריער.

דאס איז א שווערע שאלה, וואס איז אבער נישט נוגע.

דהיינו, פון די קליפ וואס טייל זייטלעך האבן פארעפנטליכט זעהט אויס ווי דאס קינד טרעפט זיך מיט אים אלס א אפגעשמועסטע צוזאמענטרעף, און פרעגט אים גארנישט נאר גייט אים תיכף נאך צו זיין קאר.

דאס איז דאך קלאר, אז דער מערדער ימ"ש האט ארומגעזוכט אנצוקניפן שייכות מיט קינדער, און דעריבער לאזט זיך לייגן אויפן שכל, אז ער האט זיך מיט אים פרובירט צו באקאנט מאכן פון פריער, יענעם טאג צו א אנדערע טאג, און אפגעשמועס אז ער גייט אים דארט טרעפן און גיבן א גוטע זאך און אהיימטראגן מיט זיין קאר (לדוגמה).

איך וואלט נישט געזאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס דער קינד האט געוואלט אהיימגיין צופיס, ווייל אויב איז דער סדר אין חדר אז ווער עס וויל קען גיין צופיס, מיינט דאס אז עס איז נישטא קיין קאנטראל ווער עס גייט ארויף אויפן באס און ווער נישט, דער באס איז בלויז א סערוויס פאר ווער עס איז אינטערסירט דערין, דעריבער וואלט דאס קינד סיי ווען געקענט ארויסוואקן צו די גאס נאך חדר און גיין צו איינעמ'ס קאר, און עס האט נישט אויסגעפעהלט ער זאל אומזינסט בעטן די מאמע זאל אים אפווארטן ביים ספרים סטאר נערוועזערהייט. ס'איז ביי מיר זיכער אז דאס איז געווען א צופאל, דהיינו, אדער אז ער האט טאקע פארבלאנדשעט און יא 'צופעליג' יענעם אנגעטראפן, אדער אז 'יענעם טאג' האט דער מערדער אים אנגעבאטן אים צו טראגן מיט זיין קאר פון דארט און דארט.

וויאזוי עס זאל זיין, פארשטייט יעדער נארמאלער מענטש, אז א נארמאל וואויל פאלגעדיג קינד, ווי אונזער קרבן [וואס נאך ביים זוכן האט דער טאטע געזאגט פאר שומרים אז ער איז בטבע א פאלגעדיגער וואס טוט וואס מען הייסט אים], אזא קינד לאזט נישט זיין מאמען ווארטן אויף די גאס און ער שפאצירט זיך אוועק אן קיין פלאן. ס'איז נישטא אזא זאך. נאר וואס דען, דער קינד האט געמיינט אז דער מערדער גייט אים אהיימנעמען צו זיין מאמען, אפגעזעהן צו ס'איז געווען אפגעשמועסט און זיי האבן זיך געקענט פון פריער, אדער נישט אפגעשמועסט, נאר ער האט אים צופעליג אנגעטראפן. ס'איז נישט קיין שום נפק"מ.

(אגב, די וועלכע גלייבן אזוי שטארק יעדעס ווארט פון קאמישענער קעלי, האט ער געזאגט עטליכע מאל אז דער מערדער האט נישט געקענט דאס קינד פון פריער. [קעלי האט אויך געזעהן די קליפ וואס אונז זעעהן]).
 
2) פארוואס האט דאס קינד קאאפערירט מיט אים צו פארן קיין מאנסי.

פון דא און ווייטער, פרעגט שוין יעדער מיט וואונדער, וויאזוי האט ער גענומען דאס קינד קיין מאנסי?

דאס אז דאס קינד ווערט געזעהן גיין רואיג אין די ניו דשערסי גאז סטעישן, דער אנגעבליכער 'רואיגקייט' מיינט אוודאי גארנישט. ווייל שוין זייענדיג אויפן וועג אוועק פון שטאט, אין א פלאץ וואו דאס קינד קען נישט קיינעם, האט דאס וואויל קינד ממילא נישט געהאט צופיל אפציעס, ובפרט ווען ער האט אין זיין חלום נישט געוואוסט וואספארא סוף עס ווארט אויף אים רח"ל.

קלארער: היות זיין הויפט זארג איז בלויז געווען וואס זיין מאמע טראכט יעצט, נו, דער מערדער האט נאך געקענט קאנטראלן די זאך אויף אזוי פיהל, אז דאס קינד זאל זיך שעמען צו מאכן קולות אין א פרעמדע גאס פארנט פון דעם 'אומשילדגן פרענד' וואס טוט אים א טובה, און ער איז דער איינציגער וועמען ער קען דא. (און אז מען וויל חלומען, קען מען טראכטן גענוג וועגן וויאזוי א מענטש זאל קענען איינרעדן א קינד צו זיין רואיג אז זיין מאמע איז נישט באזארגט פאר אים).

זאת ועוד (והעיקר לדעתי), די מעדיקל עקזעמינאר זאגט קלאר אז ער האט אים געגעבן שרעקליכע געמישטע דראגס, אזאנע דאזעס ביז אויף צום אומקומען דערפון. לאזט זיך זייער פשוט טראכטן אז כאטש א חלק דערפון האט ער שוין אריינגעגעבן אין אים תיכף ומיד, וועלנדיג אים האלטן אנדעם וואס ער זאל פארפירן. דער שכל זאגט דאך אזוי אז ער האט זיך געוואלט פארזיכערן, ואם כן איז שוין גארנישט דא צו פרעגן.

3) וואס איז געווען דער מאטיוו פון די פארכאפונג.

עס זענען פארהאן "בלויז 2" סברות וואס צו זאגן. נישט מער.

נומער איינס איז, אז דער מערדער איז געווען א בעל תאוה באופן גרוע רח"ל, און נומער צוויי איז אז ער האט געהאט א קרענקליכע ציהל צו "בוטשערן" א מענטש ה"י.

אויב רעדט מען פון שכל, איז זיכער אז נומער איינס איז די זאך, ווייל דאס לייגט זיך אסאך מער אויפן שכל, און אין אונזער היינטיגע שמוציגע וועלט איז דאס זייער צום פארשטיין פון א פארדארבענעם גרוש.

דאס וואס די מעדיקל עקזעמינאר זאגט 'נישט' אז ער האט אים געטשעפעט, קען זיין אז זיי קענען דאס נישט זעהן, און עס קען זיין אז זיי האבן סיבות נישט צו זאגן אלעס, און קען זיין אז זיי האלטן טאקע יא אז די צווייטע סברה איז די ריכטיגע (און דערפאר האבן די אויספארשער חוש
ד געווען אויף נאך מארדן, און אויסגעגראבן זיין בעקיארד). אבער איך קען נאר טראכטן וואס שכל זאגט.

4) וואס איז געווען דעם מערדערס פלאן.

טראץ וואס כנ"ל זאגט שכל אז זיין "ציהל" איז געווען השחתה. אבער וואס זיין "פלאן" איז געווען צו טוהן מיטן קינד דערנאך, (מען רעדט פון שכל, מידיעה ווייסן מיר דאך גארנישט), איז זייער משמע אז ער האט אים געפלאנט אומצוברענגען רח"ל.

ערשטנס, דאס זעעהן מיר קלאר, אז ער האט געהאט די כלים דערצו, און אויב אזוי איז זיכער אז ער איז געווען געראכטן דערויף, און ער האט געהאט א חשבון צו דארפן צוקומען צו אזא זאך אמאל, און דאס אויספיהרן.

שנית, וואס מיינט איר האט דער מערדער ימ"ש געטראכט מתחילה, אז ער זאל קענען זאגן אז בלויז צוליב פאניק האט ער אים אומגעברענגט. וואס איז געווען "פלען 1", אז ער זאל אונז איינרעדן אז דאס אומברענגען איז בלויז געווען "פלען 2"?

צו האט ער געטראכט מתחילה אז ער וועט אים האלטן איבערנאכט, אדער אפילו נאר אויף ביז נאך די מאנסי טריפ, און קיינער וועט נישט זוכן נאכן קינד? און ווען דער קינד וועט אהיימגיין וועט מען אים גארנישט פרעגן? און אז מען וועט אים פרעגן וועט ער נישט פארציילן? קיין וואוסטע צורודערטער איז ער דאך פארט נישט געווען. סוי וואס האט פאסירט אנדערש ווי ער האט מתחילה געטראכט אז עס גייט פאסירן?

אלא מאי, נעמענדיג אין באראכט די צוויי נקודות, איינס אז ער האט געהאט די נויטיגע כלים, און צווייטנס אז ער האט זיכער געטראכט אז ער גייט דא זיין אין א פראבלעם, לאזט זיך גלייבן אז דער פלאן פון מסדר זיין די זאך אויף דעם שוידערליכן וועג וויאזוי ער האט דאס געמאכט, איז געווען אויסגערעכנט פון פארויס, און זיין עמטליכער פלאן איז געווען צו ענדיגןם מיט א מערדעריי רח"ל, וואס זיין חלום איז געווען אז דאס וועט נישט איבערלאזן קיין שפורן.

איך ענדיג דא, און איך האף אז דער אשכול מיט אלע אומנארמאלע קאנספיראציעס וועט שנעל נעלם ווערן, און מיין הוספה וועט זיין איבריג.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 31/07/2011 22:20:12

שלוםדיג » 1/8/2011 00:48

לדעתי איז א איסור נורא בכלל איבער און  איבערצוטראכטן כסדר די רציחה סקלאר אז סקלט אונז אפ פון רציחה דאס טאר נישט ווערן געסקעדשוועלט ביי אונז נאר לגבי תדובה אז ממאנט פון אונז עפעס מער ווי געווענדליך זייט די וועלט מלחמה עכ"פ וואס זייט דעמאלטץ האט מען נאכנידשט געהערט אזאנא און נאך אידישע רציחות
אבער פונעם מעשה איז א שאד צו טראכטן עס מאכט אונז חרוב בגשם וברוח, מיר דארפון זאגן פאר אונזער מוח אז סאיז א חלום, לא הי' ולא יהי' און פערטיג, א חוץ די שמירה וואס מען דארף פארשטייט זיך מאכן שלא תמות כדרך שמת פלוני און תשובה טאן ווי פריער ערווענט

געגאנגען » 1/8/2011 01:23

צום לעצטן מאל, מיינע צוויי סענט:

איך בין מער ווייניגער היפש איינשטימיג מיט די תגובות פון גביר אדיר, פייוו בארא, ועוד. אבער באמת אינטערעסירט מיר גאנץ קנאפ פונקטליך די אומשטענדן וואס האבן זיך אפגעשפילט אין די ערשטע פאר שעה [אין מיינע אויגן איז עס נישט מער ווי א דורכזיכטיגער שפיל פון היינס וואס וויל אראפנעמען דעם שולד פון זיינע 'באוסעס' אז אזא שרעקליכע מעשה האט זיך געקענט דא אפשפילן אין ניו יארק, און דורך ארויסרוקן אלערליי קאנספיראציעס וויל ער זיי אביסל ריינוואשן, אבער איך שיהי']:

איך פרעג איין שאלה: אויב איז דארט באמת גארנישט געווען, פארוואס האט דער רוצח באשלאסן 'פלוצלונג' אז ער גייט הרג'נען דאס אומשולדיג קינד [וועמען ער האט סך הכל געגעבן אן אייזקריעם; געטראגן אויף מאנסי צו א חתונה; און בכלל אויפגענומען מיטן שענסט הכנסת אורחים... און יא, שיעור פארגעסן, געלאזט גיין אין ביהכ"ס אויפן פאליסעידס]?!

SatmarBum » 10/8/2011 19:38



http://www.youtube.com/watch?v=Ol5AsQOUW3E



* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*


http://www.youtube.com/watch?v=lEaGNKptwwc



* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

SatmarBum » 10/8/2011 21:07

Levi Aron Handwritten Confession


http://twitpic.com/6301fu/full



Levi Aron told Prison Officers he Does Not Keep Kosher, Meal ... on Twitpic