דאס איז געווען אין א שטח אין "שוהם" וואו אתרא קדישא איז געווען אינעם בילד פון אנהייב פון די בוי אקטיוויטעטן דארט, און די ארבעט האט זיך אפגעשטעלט א יאר צוריק ווען מען האט געטראפן מערות קבורה.
די אנפירער פונעם פראיעקט זענען פרייע, און האבן ליידער געוואלט אויסגראבן די עצמות, אבער אתרא קדישא איז מיט זיי איינגעגאנגען אז זיי גייען פרעגן א שאלה פון עובדי' יוסף. (עס איז געווען א ספק צו ס'איז אידן).
וויאזוי די הייליגע אתרא קדישא קען איבערגעבן אזא ערנסטער ענין צו דעם מסלף התורה רב עובדי', איז אומפארשטענדליך, אבער דאס איז געווען די מעשה.
במשך די לעצטע יאר האט עובדי' יוסף נישט ארויסגעגעבן זיין פסק, אזוי האט עס עכ"פ געהייסן, און די ארבעט איז געשטאנען.
די אייגנטומער האבן שוין געהאט גערופן די רשות העתיקות אין בג"ץ אז מען האלט זיי אויף צו לאנג, אבער דערווייל האט עס געהייסן אז מען גייט אויסווארטן א ראביניקל פסק.
דעם זונטאג, (איך ווייס נישט צו מיט א מכלומרשטע היתר פון עבודי' יוסף אדער אן) זענען די ארכילאגן אריינגעקומען צום פלאץ, און ליידער אויסגעגראבן רח"ל א גאנצן מערה מיט 40 קברים.
דער ועד למניעת חילול קברי ישראל האט באקומען די רעפארט אז די ארכילאגן האבן אנגעהויבן ארבעטן דארט, זענען זיי געקומען זונטאג נאכמיטאג אויפן פלאץ (טראץ וואס די פארהאנדלונגען דארט זענען געווען דורך אתרא קדישא און נישט דורך זיי), און דער משגיח איז שאקריט געווארן צו טרעפן אז אין עטליכע שעה האבן זיי אפגע'פטר'ט א גאנצע מערה, און אויסגעגראבן אלע עצמות ה"י.
בהוראות רבני הועד, האט זיך די ועד אריינגעלייגט איבערצונעמען די פארהאנדלונגען דארט, און מען ארבעט שווער אז די איבריגע מערות (עס זענען פארהאן עטליכע) זאל מען קענען ראטעווען.
צוערשט האט די ועד פארלאנגט די עצמות, עס צו קענען ברענגען לקבורה כהלכה וואס פריער, און נעכטן אינדערפרי האבן זיי דאס טאקע שוין באקומען. (אתרא קדישא האט אויך פרובירט דאס צו באקומען, אבער צוליב וואס די ועד האט שוין עמטליך איבערגענומען די לעגיטימיטעט פון א"ק, האבן זיי דאס באקומען).
נעכטן נאכט זענען עטליכע עסקני הועד אנגעקומען קיין יסודות, די פלאץ וואו א"ק באגראבט אויך זייערע עצמות, און אנגעהויבן באגראבן די עצמות כדת וכדין.
ביז עטליכע מינוט זענען אנגעקומען עטליכע טעראריסטן פון אתרא קדישא, וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן אז דער ועד האט שוין אויך צוטירט צום ביה"ח (שוין א לאנגע צייט גראדע), און אז זיי האבן נישט געקענט באקומען די עצמות, און האבן אנגעהויבן ווארפן שטיינער אויף די עסקנים מיט די עצמות!
די עסקנים האבן במסירת נפש צוגעענדיגט זייער ארבעט אונזטער די וואונדן און שרעק, און באדעקט די קברים, און ארויסגעקומען פון פלאץ.
אינדרויסן האבן עטליכע טעראריסטן אפגעווארט איינעם פון די עסקנים, וועלכער האט דאס באמערקט און געמאכט פליטה פון א זייטיגע וועג. האבן צוויי פון די טערארסיטן זיך ארויפגעכאפט אויף א משגיח פונעם ועד, איינער וואס האט יארן לאנג, ביז פאר 2 יאר צוריק, געארבעט פאר אתרא קדישא, און ער ארבעט יעצט פארן ועד, און אים צו'זיק'ט די ביינער מיט מכות אכזריות עד כדי להמית ממש, געצויגן די בארד און געזעצט אין די ביינער, ביז ווען די בעלי בתים פונעם ביה"ח זענען געקומען צו לויפן און געווארנט די טערארסיטן אז פאליציי זענען אויפן וועג, דאן האבן זיי געמאכט פליטה, און מען האט גערופן אן אמבולאנס צו באהאנדלען דעם משגיח וואס האט כמעט פארלוירן זיין באוואוסטזיין, און צובראכן עטליכע ביינער [במציאות, נישט סתם געזאגט], און יענער ווערט אצינד באהאנדלט אין שפיטאל.
די נעמען פון די צוויי רוצחים זענען: יושע אלטמאן, און חיים אליעזר היימליך.
(די פאליציי האבן די מעשה רעקארדירט, מן הסתם וועט נאך זיין לעבעדיג איבער דעם).
