היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בעל לב אהרן מסאטמאר לערנט פאר אין ניו העמפשיר ישיבה

בעל לב אהרן מסאטמאר לערנט פאר אין ניו העמפשיר ישיבה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2906068

ארגינעלער » 25/7/2011 22:53

נעכטן האט רבינו שליט"א פארגעלרנט א שיעור אין ניו העמפשיר ביי א ליטווישע ישיבה פין איבער 200 בחורים
וואס איז אינטער די פיערעשאפט פין הרב פראסטער שליט"א
וואס די בחורים זענען יעצט זימער אין ניו העמפשיר

ווי די רבי האט געגעבן א שיעור וואס זיי לערנען פאר איבער אנדער האלבן שעה

נאכעדם האט די רבי עקסטער געגעבן א שיעור פאר די לומדים

הלמד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה


תוקן על ידי ארגינעלער ב- 25/07/2011 22:55:02

היראים » 25/7/2011 22:57

Owly Images Owly Images Owly Images

מאטעלע » 26/7/2011 15:23

הפלא ופלא

וואלןסח » 26/7/2011 19:33

אנטשולדיגט'ס אידן

אבער איך פארנעם נישט קיין שקרים

איך ווייס נישט ארגינעלער פון ווי דו נעמסט דיינע נייעס, אבער איך וויל איבערגעבן די נייעס לויט ווי איך האב עס געהערט ערשטהאנטיג

די רבי האט נישט געזאגט קיין שום שיעור, ער האט סך הכל געזאגט א שיינע דרשה פון בערך א האלבע שעה, שטארקע דברי התחזקות וואס האט מורא'דיג אויסגענומען ביי די בחורים, און היות א טייל בחורים פארשטייען נישט קיין אידיש האט עס דער מנהל איבערגעזאגט אין ענגליש

ע"כ המעשה

שפעטער ווען דער רבי האט אויפגענומען פריוואט עטליכע מגי"ש פון דארט, האט דער רבי אויך געזאגט דברי התחזקות פאר בחורים הצריכים חיזוק, גארנישט מיט לומדים גארנישט מיט פלפול, ס'גארנישט, מיינט נישט אז ווי ס'איז ליטוויש איז שוין נעבן דעם דא לומדות, ליטווישע בחורים דארפן אויך אמאל חיזוק פונקט ווי חסידישע, זיי האבן דעם זעלבן יצה"ר און לעבן אין זעלבן טריפהנעם אמעריקא

UnitedWill » 28/7/2011 21:56

http://ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=12565
האדמו"ר מסאטמאר הגיע לביקור בקעמפ "המחנה" ● גלריה

היראים » 1/8/2011 01:12

מרן רבינו שליט"א באזוכט קעמפ "המחנה" אין ניו העמפשיר

נעכטן – זונטאג פארמיטאג איז מרן רבינו שליט"א געפאהרן אויף א באזוך אין די זומער קעמפ "המחנה" אין טילטאן ניו העמפשיר, וואס איז אין שכינות פון בעטלעהעם ניו המעפשיר, ווי עס האלטן זיך אויף עטליכע הונדערט בחורים תלמידים פון עטליכע ליטווישע ישיבות פון פארשידענע געגעגנטער.

 

די ראשי הישיבות שליט"א האבן איינגעלאדענט דעם רבי'ן שליט"א, צו קומען משמשיע זיין דברות קודש פאר די בחורים איין זייער קעמפ.

 

געפירט דעם רבי'ן שליט"א צום באזוך האט הרבני הנגיד מוה"ר שלמה קלאגסברוין הי"ו פון קרית יואל, און בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם קעמפ, האבן די תלמידי המחנה אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א ביים אריינגאנג פון קעמפ ווי זיי האבן מקבל פנים געווען דעם דעם רבי'ן שליט"א מיט געזאנג.

 

דאן איז מען אריין אין היכל בהבימ"ד ווי עס האט אויגעטרעטן דער ראש הישיבה הרב פארסטער שליט"א וועלכער האט מקבל געווען פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, ערקלערנדי'ג פאר די תלמידים וואסערע זכי' זיי האבן צו מקבל פנים זיין א גדול בישראל ,און מנהיג העדה פון די גרעסטע חסידישע קהלה ביי כלל ישראל.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די תלמידים וועלכער איז שפעטער איבערגעטייטשט געווארן אויף ענגליש דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.

 

דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק , ויסעו ממָרָה, און ארומגערעדט בדרך אגדה איבערן ענין די מ"ב מסעות וואס אידן מאכן מיט ליידער, און דערנאך געטייטשט דעם מסורה פון "נחנו פשענו ומרינו" און "נחנו נעבור חלוצים" און "כלנו בני איש אחד נחנו", און דערביי האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בדברי חיזוק ומוסר איבער די כח פון יעדן איד און נאך דברי הדרכה פאר די בחורים.

 

נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א געוואנטשן לחיים, און אלע תלמידי המחנה האבן געהאט די זכי' אדוירכצוגיין מרן רבינו שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו, ווי דער רבי שליט"א האט יעדען באזונדער אנגעוואונטן בצהלת פניו.

 

נאך דעם מעמד האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א באזונדערע שמועס פאר די עלטערע תלמידים פון די ישיבה  ווי דער רבי שליט"א האט זיי משמיע געווען ווארימע דברי חיזוק.

 

דערנאך זענען די רמ"י הישיבה שליט"א אריין אל הקודש פנימה להתברך בקו"פ, און דאן האט זיך דער רבי שליט"א צוריקגעקערט קיין בעטלעהעם.

•♦•


מרן רבינו שליט"א באזוכט אין קעמפ "המחנה" אין טילטאן ניו העמפשיר

דעם פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט

 

 

דער רבי שליט"א קומט אהן קעמפ צום באזוך בעת די בחורים ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט געזאנג

 

 

מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים

 

דער ראש ישיבה הרב פארסטער שליט"א איז מקבל פנים דעם רבי'ן שליט"א

 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א איז משמיע דברות קודש פאר די תלמידי המחנה

 

 

 

 

 

די בחורים גייען אדורך מקבל זיין ברכת הקודש

 

אין א באזונדערע חיזוק שמועס פאר די עלטער בחורים

♦♦♦

ברוינפן » 1/8/2011 06:57

דאכט זיך מיר אז דער ראש ישיבה הייסט הרב פירסט פון מאנטריאל, א מתפלל ביי הרב אונסדארפערס שול. דער בחור וואס רעדט מיטן רבי'ן דא ביים לעצטן בילד, זיין פאטער איז אויך א מתפלל ביי הרב אונסדארפער און ער רעדט אויך א פיינעם אידיש

גביר_אדיר » 1/8/2011 12:46

יא, דאס איז הרב איסר פירסט פון מאנטריאל