היינט געפאלט אויס די ערשטע יארצייט פון די רעבעצין עליה השלום, איבעראל איז איינגעפירט אז אין טאג פון א יארצייט איבערהויפט די ערשטע יארצייט גייט די משפחה איבערהויפט די קינדער ארויף צום ציון צינדן א לעכט, און מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים.
ווי עס ווייסט יעדער איז ר' אהרן געווען א גרויסע שונא פאר זיין מאמע עליה השלום ווייל זי האט געשפילט א גרויסע ראלע נישט צולאזן אז איר זיהן זאל פירן די שטוב ווי אזוי עס שמעקט אים מיטן ציהל צו ירשנ'ן אלעס נאך בחייו פון זיינע עלטערן.
אלס נקמה אין זיין מאמע האט ער באשלאסן ביי זיך אז ער גייט מער נישט קומען צו זיין מאמע באזיכען, אפילו אין די שפעטערע יארן ווען זי איז שוין געווען היפש אפגעשוואכט האט אים קנאפע ווייניג אונטערסירט ווי אזוי זי שפירט זיך.
ער איז נישט געקומען באזיכן אפילו ערב די הייליגע טעג, ניטאמאל איז ער געקומען מאכן דעם אנשטעל אז ער וויל אריינגיין צו איר, וואס כידוע האט ער אלץ געניצט א תירוץ אז משה גבאי לאזט אים נישט אריינגיין. ווען ער ווייסט אפילו פאר 1 פראצענט אז משה גבאי צו סיי ווער וועט שטיין ביים טיר אין אים נישט אריינלאזן, וואלט ער זיכער געקומען יעדן טאג כדי צו קענען ווייזן אז מען לאזט אים נישט אריין צו זיין מאמע.
למעשה די יארן זענען ווייטער געלאפן, די רעבעצין האט זיך פארעלטערט ביז זי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פון ווי זי איז אריין און ארויס עטליכע מאל, עס געדענקט זיך נאך ווי יעצט די שווערע וואכן וואס זענען דאן געווען, רבינו שליט"א איז געבליבן אין שטאט אונאיינעם מיט זיין ברידער די זענטע רב שליט"א, מער ווי איינמאל האבן זיי איבערגענעכטיגט ביים רעבעצין אין שפיטאל, אזוי אויך איז דער סיגעטע רב שליט"א און נאך אנדערע קינדער פון די רבי שליט"א געבליבן ביי די רעביצען איבער שבת ווען די מצב האט שוין אויסגעזעהן זייער שמאל.
אבער.... ר' אהרן האט עס נישט אונטערסירט, ער איז געזעצן אין ניו העמפשיר זיך געפיקטשערט פאר די בילדער מאגאזינען, געמאכט א ווידיאו מיט דעם אונסדארפער, און געשפילט מיט די פאטעטא טשיפס, טעיפס, פרייטאג האט ער זיך געשפילט מיט די וויינען וואס די דארטיגע משמש ר' פנחס מיילעך ווייס לייגט אויס אויף א טיש, אזוי האט ער זיך געדרייט ווי א בעבי לויפענדיג פון די פאטאטא טשיפס צו די טעיפ אהין און צוריק, (עס איז געווען בילדער ווער עס קען זאל מוחל זיין אהערלייגן).
ויהי היום עס איז געווארן מוצאי שבת, ר' אהרן זיצט שוין זייער לאנגווייליג שוין אפגעשפילט מיט אלעס, די פיקטשערס מיט אונסדארפער זענען שוין גרייט אריינצוגעבן צום דריק, דא הייבט מען אן לייגן פרעשור אויף אים אז ער מיז זאפארט אריינפארן צו זיין מאמע ווייל וואס וועט מען זאגן יעצט ווען ער וועט פרובירן איינרעדן אז משה גבאי לאזט אים נישט אריין??
ויסעו.. מען זעצט זיך ארויף אויף זיין באליבטע פליגער און מען פליעט.
ער קומט שוין אן ענדליך, גלייך באפעלט ער ארי' לייב גלאנץ זאל אים שוין צוגרייטן א פריוואטע צימער, שוין אלעס ערלעדיגט ער זיצט שוין, אין זינקט איין אין א טיפע שלאף.
צוריק צום רעבעצין: זיצען דארט אלע קינדער ביים בעט, מען הייבט אן ווידוי, איינער לויפט צו ר' אהרן'ס פריוואטע שטיב קלאפן מיט אלע כוחות אז ער זאל זיך שוין אויפהייבן ווייל די מצב איז שרעקליך אבער ער שלאפט און ווייסט נישט פון גארנישט. אזוי האט די רעבעצין ע"ה אויסגעהויעכט איר נשמה.
יעצט שטייט מען שוין א יאר זינט יענע ביטערע טאג ווען די רעבעצין ע"ה איז נפטר געווארן, מארגן גייען די אירע קינדער ארויפגיין צום ציון ווי מען וועט אויספועל'ן ישועות און רפואות פאר כלל ישראל, אבער איר ר' אהרן גייט עס נישט אן ער ווייסט שוין ווייטער פון גארנישט. ער זיצט יעצט אין ניו העמפשור, ער איז פארנימען מיט די פאטעטא טשיפס, ער גייט נישט גיין צום ציון פון זיין מאמע וואס האט זיך פאר אים איבערגעגעבן אלע יארן, און וואס מיינט איר וועט ער ענטפערן? משה גבאי לאזט אים נישט קומען צו זיין מאמע...
תוקן על ידי ספרינטער ב- 25/07/2011 22:38:38