נאך דעם גרויזאמער אומגליק ווען א אידיש שעפעלע איז נעבעך אזוי מערדערליך אומגעקומען, דורך ליידער א אידיש קינד, דער רוצח איז איינער פון אחינו בני ישראל, א איד א שומר תורה ומצות, יעדער רעכט דענקענדיקער מענטש, האלט קלאר אז דער רוצח איז נעבעך נישט שפוי בדעתו, עפעס פעלט עם, איינער זאל קענען נעמען אן אומשולדיג אומבאהאלפן שעפעלע און עם אזוי אכזריותדיג אומברענגען, דארף זיין אז ער איז נישט מיט אלעמען, דאס פנים פלאמט פאר בושה, הנשמע כזאת?, האט מען דען שוין אמאל אזוינס געהערט?, אז א איד וואס האלט שבת, גייט דאווענען זאל אומשטאנד זיין צוטון אזוינס? ניין! אזוינס האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט, און עס וואלט נאר געווען מיט רעכט אז אלע אידישע שרייבער, אידישע פאליטישאנס, זאלן ארויס קומען קלאר און דייטליך, אז דער דאזיגער מערדער איז אן אויסנאם, ער איז נעבעך א אינו שפוי בדעתו, ער האט נעבעך געסנעפט, עפעס איז מיט עם געשען וואס האט עם צוגעברענגט צו דעם גרויזאמען אקט,
אבער למעשה זע איך פונקט פארקערט, יעדער וויל זיך ארויס צייגן אז מען איז שארף אקעגן קריים, און כאטשיג ער איז א איד, שרייט יעדער אז מען זאל עם אויף הענגען אויך די 13טע עוועניו, יעדער וויל ווייזן אז טראץ דעם וואס ער איז אונזער א ברודער, א אייגענער, אחד משלנו, איז מען נישט שוואך אקעגן טויט שטראף, נאר יעדער וויל עם זען געהאנגען, איי דער חילול השם איז געוואלדיג, האלט דען איינער אז דער מערדער האט איין שעה בעפאר זיך געגרייט צו גיין הרגענען דאס קינד? זיכער אז נישט, איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיט עם געארבייט, ער קען נישט באגרייפן וואס דא איז געשען, לויט עם וואלט ער אין זיין וויסטען חלום נישט געטראכט אז ער עלול אויף דעם, זיינע געוועזענע ווייבער שרייען אז זיי פארשטייען דאס נישט, וואלט דען נישט בעסער געווען אז כלל ישראל זאל זיך ארויף כאפן אויף דעם אינסענעטי קלעים?, דאס איז דאך דער ריכטיגער און ריינער אמת, און יחיד האלט דאך אז עפעס פעלט דעם פערשוין, און וואס וועט מען האבן אז מען וועט עם אנקלאגן און באשולדיגן אין זיין א פאלנער אויסגערעכנטער רוצח, וועט דאס צוריק ברענגען דעם נרצח? וועט דאס דען צוריק האלטן א צווייטן מטורף נישט צוטון אזא שענדליכן אקט? איך רעד מיט תמימי לב, און זיי ווילן וויסן וואס דער רוצח האט געטראכט, איי, מאן יימר לן אז ער האט בכלל געטראכט, האט ער זיך דען אראפ געזעצט און געמאכט א חשבון וויפיל יאר תפיסה ער גייט באקומען? זיכער אז נישט, ער האט געסנעפט, און געטון אן אומאויסגערעכנטער אקט,
מילא די פאליטישאנס, זיי ווילן ווייזן אז זיי זענען שטרענג אויף קריים, יעדער זאגט א שארפן סטעיטמענט, און דער צווייטער שטייגט עם איבער, אבער אונז אידן דארפן פארשטיין אז דאס איז קיין כבוד פאר אונז, ער איז אונזערס, ער איז איינער פון אונז, און יעדעס ווארט פארשעמט כלל ישראל, יעדער שרייט אז ככל הגויים בית ישראל, איר האט אויך מערדערס צעווישן ענק, און דער חילול השם איז איום ונורא, אנשטאט עם צורופן דער "בוטשער" דארף מען עם רופן דער "סייקא" דאס וואלט זיכער פארמינערט דעם חילול השם.
קיינער זאל מיך נישט באשולדיגן אין רחמנות האבן אויף א רוצח, אבסעלוטלי ניין!, אבער דער פאקט איז, אז ביז מען טרעפט נישט קיין קראנטע עווידענס אז ער איז א אויסגערעכנטער רוצח, (און לעת עתה האט מען דאס נישט געטראפן) איז דער פליכט פון יעדן ארויס צוברענגען דעם פאקט אז מען האט דא צוטון מיט א צודרייטן פערשוין, דאס איז מיין מיינונג...

תוקן על ידי משהלע ב- 19/07/2011 04:16:37