היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ב"א ה' אלוק' מלך העולם שלא עשני זאלוני!!!

ב"א ה' אלוק' מלך העולם שלא עשני זאלוני!!!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2904815

קראך_היט » 18/7/2011 23:37

מ'האלט נאך אינמיטן די שבעה, ס'דא אשטיקל התעוררת, צו עכ"פ צייטווייליג זיך איינהאלטן די געמיטער בעניני פוליטיק, ביי רוב מענטשן איז עס מיטאמאל אזא שווערער זאך ווייל ס'פשוט נאטורליך אז מ'קען זיך נישט צאמנעמען די חושים פאר טאג טעגליכע זאכן, אפגערעט פוליטיק,


אבער נישט ביי די צבועים וואס האבן מ'קלאמפערשט פראקלאמירט אז די גאנצע שבעה גייט מען נישט רעדן פוליטיק,

די אידיאטן האבן נישט קיין בעסערע דאגות ווי מדמה דעם רוצח צו נישט קיין אנדערן ווי דער סאטמארע רבי!!


ממש אין יראת אלוקים במקום הזה,

אן קיין שום בושה, קיין שום מאראל, קיין שום זעלבסטווירדע, קיין שום געפיל,



ירא הקהל וישפוט!! הכר נא זאת מצאוני!!!


[בילד – נישט אפגעהיט]

סקאטמאלען » 20/7/2011 22:38

הערשט יעצט באמערקט

טאקע זייער געמיין, ווען מ'שרייבט ווען סתם אלגעמיין סאטמארע פוליטיק, מהיכי תיתי, פאר געוויסע מענטשן איז עס א שווערע יצר הרע, למשל ווען מ'האט הייסע אפדעיטס פון די קרית יואלע קעיס, קען איך אפשר פארשטיין אז ס'שווער זיך צו איינהאלטן, אדער אז רז"ל איז נישט געקומען צו די לוי', האט דאך עס נאר מיט רז"ל, טראץ וואס איך האלט אז ס'האט אויך נישט קיין זין, אבער וואס קען מען טאן א מענטש האט א יצר,

אבער צו מאכן א טעיסטלעס דשאוק, מיטן נעמען דעם רוצח אין מיט דעם מבזה זיין ר' אהרן על לא דבר, סתם פאר די דשאוק, דאס איז זייער אומסענסיטיוו, מילד גערעט

איך וואלט קיינמאל נישט געהאט די הארץ אדער די השגה צו מאכן אזא דשאוק, זאל זיין קעגן מיין גרעסטע חסידישע פוליטיק קעגנער, סיי ווען אימער, נישט נאר אין די שבעה,

דאס ווייזט איינע פון די 2, אדער ווייזט דאס אויף קאלטע אומסענסיטיווקייט, אז מ'איז אינגאנצן נישט באנומען געווארן פון די טראגעדיע, אדער איז דער האס קעגן ר' אהרן אזוי גרויס אזש ממש ווי קעגן דער רוצח, און אלנספאל איז עס א גרויס ווייטאג,

צו זייער קרעדיט, רוב זאלוני שרייבער זענען דערקעגן,


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/07/2011 22:46:04

גוגל טאלק: mollen.hydepark@gmail.com
Only available when actively writing on hydepark 

האנדא » 21/7/2011 00:09

דו ביזט זייער נאנט צו ווערן אויסגעשפארט. ראה הוזהרת
די הנהלה


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/07/2011 01:52:02

זיברא » 21/7/2011 18:05

איז דאס א פוטו--שאפ בילד??? ווייל איך טרעף נישט יענץ אויף די זאלוינישע פארום

דיןתורה » 21/7/2011 20:56

לכאורה האט איינער אויפגעקלערט צד מהרז''ל אין זיי האבען אויסגעקמעקט די אשכול, ווייל איך האב אויך געזעהן די אשכול אין געשטוינט דערפון