היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס לערנט אונז די מאורע - דברות קודש חוצבים מלהבות אש פון ר...

וואס לערנט אונז די מאורע - דברות קודש חוצבים מלהבות אש פון ר...

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2904444

וואלןסח » 17/7/2011 06:54

וואס לערנט אונז די מאורע - דברות קודש חוצבים מלהבות אש פון רבינו (מהר"א) מסאטמאר שליט"א
רבינו שליט"א האט יעצט ביי שלש סעודות גערעדט באריכות איבער די אומגליק וואס האט פאסירט די וואך, קודם האט די רבי מאריך געווען בדברי מוסר איבער שמירת עינים, דערנאך האט דער רבי גערעדט פון די נושא  מיט געוואלדיגע בכיות, תמצית דבריו און די מוסר וואס מען דארף ארויסנעמען דערפון האט ער געזאגט (לויט די מעשה אז ער האט געוויזן טעלעוויזיע פארן קינד, מיינט דאס ער האט דאס געהאט אינדערהיים און ער איז געווען אנגעזען) ווי אזוי האט געקענט פאסירן אז איינער מזרע ישראל זאל טון אזא זאך, נאר בלי ספק אז די טמא'נע כלי האט דאס געברענגט און דאס האט ארויסגעריסן פון אים דאס פינטעלע איד, ווייל אנדערש קען מען עס נישט פארשטיין, נאר אז מען ליגט אין די כלים איז ותראו שיקוציהם ממילא קומט מען אן צום ארגסטן, ס'רייסט ארויס די מדת רחמנות






תוקן על ידי וואלןסח ב- 17/07/2011 07:26:59

מנחם_מענדל » 17/7/2011 18:14

מען קען שוין הערן די הארציגע ש"ס תורה מיט די דברי התעוררות אין ליכט פונעם שוידערליכן טראגעדיע ה"י, אויף קול סאטמאר, ביים דברות קודש אפטיילונג (קול חוצב) נומער 4 פון די מעין מעניו, און דערנאך נומער 2 פאר די ש"ס תורות.

212-444-9899
Ex. 42

היראים » 18/7/2011 00:16

דער רבי שליט"א האט קודם מאריך געווען מיט דברי מוסר בעניני שמירת עינים, נאכזאגנדיג ווערטער פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין פ' שמות אז אויב מען פירט זיך נישט בקדושה ברענגט דאס א פגם אין די אמונה, און מיט דעם האט דער רבי שליט"א אויסגעטייטשט די גמרא אין מס' ברכות אז רבי האט געלייגט די הענט אויף די אויגן ביי קר"ש, ווייל קר"ש איז קבלת עול מלכות שמים און כדי מען זאל קענען מקבל זיין עול מלכות שמים בשלימות פעלט אויס צו לייגן די הענט אויף די אויגן, צו האבן שמירת עינים.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די שווערע וואך וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט, און די גרויסע אומגליק וואס האט פאסירט, נאכזאגנדיג פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע די וואך אין די סדרה אז א יעדע אידיש קינד איז ווי א ביהמ"ק, און דאס איז ממש ווי א חורבן ביהמ"ק.

 

בתוך הדברים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט פון איין זייט ווי שיין ס'איז געווען דער קידוש ה' ווען כלל ישראל האט מיטגעפילט מיט יענעם'ס צער און אלפי ישראל האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש מציל צו זיין א נפש אחת מישראל, און לעומת זה דער צער און בושה דעם אנדערן טאג ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער מזרע ישראל האט געטוהן אזא אכזריות עם החיים ועם המתים.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי האט דאס געקענט פאסירן אז איינער מזרע ישראל, וואס אידן זענען רחמנים ביישנים און גומלי חסדים, ווי קען א איד טון אזא זאך, נאר בלי ספק אז דאס האט גורם געווען דער ותראו את שיקוציהם, אז מען קוקט אויף די טמא'נע כלי און מען זעהט זיך אן מיט די שפיכות דמים וואס טוט זיך אין די מדינה ממש יעדן טאג, דאס קילט אפ יעדן אידישע הרגש, ס'איז נישט אין איין טאג, אבער מיט די צייט פאסירט דאס, און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, אז נאך אזא מאורע איז והחי יתן אל לבו וואס ס'מיינט די טמא'נע כלים, אלע טמא'נע כלים!, ס'איז מטמא די אויגן און די הארץ און ס'רייסט ארויס דאס פינטעלע איד, דאס מדת רחמנות פון א איד, און ס'ברענגט אריין דאס גאנצע גוי'אישקייט, דאס אכזריות פונעם גוי.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר רחמים געווען אז דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע הענט אויף אלע אידישע קינדער וואס גייען יעדן טאג אין חדר מען זאל אהיימקומען געזונטערהייט, און מסיים געווען בתפלה מי שאמר לעולמו די יאמר לצרות ישראל די ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו. אמן.

 

 

בייגעלייגט איז דא א לינק ווי מען קען הערן די גאנצע דברות קודש

 אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול סאטמאר:

212-444-9899 אדער : 718-305-6942 און פון ארה"ק אויף 02-372-1111

די דברות קודש פון די וואך איז אויף אפטיילונג 42 דערנאך דרוקט 144#

 

היראים » 18/7/2011 00:59

דברות קודש

 

די התעוררות'דיגער דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א

ביי שלש סעודות פארגאנענעם שב"ק העעל"ט

 

צו הערן/דאונלאודן דרוקט אויפן בילד אדער לינק

 

 

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/DibrosKodesh-Pinches5771.mp3

 

 

♦♦♦


הבהרה!

אסור להעתיק תמונות ומודעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת

 

קלארשטעלונג!

עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת


 

 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

BechatsrosSatmar@Gmail.com 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

 

 

בכבוד רב

 המערכת

היראים » 18/7/2011 01:00

פשווארסק » 18/7/2011 19:18

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=29895


האדמו"ר מסאטמר: הרצח - בגלל המכשירים הטמאים • להאזנה
לקול התיפחות ובדמעות שליש, ספד האדמו"ר מסאטמר לילד לייבי ז"ל • זעק: "איך אדם מזרע אברהם יצחק ויעקב נופל לתהומות שכאלו?" • האזינו לדברים הנוקבים
יקי אדמקר, בחדרי חרדים 23:56 17/07/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר מסאטמער במשא קודש, תמונת ארכיון   
 
[בילד – נישט אפגעהיט]  [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]42
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

הזעזוע שעטף את ניו-יורק עם היוודע הירצחו של לייבי קלצקי בן ה-9, בא לידי ביטוי גם בשולחנם של אדמו"רי העיר, שהקדישו דברים לטרגדיה הגדולה. 

האדמו"ר מסאטמר שליט"א, השתתף בהלוויתו של לייבי ז"ל, אך בחר להספיד את לייבי רק בשבת האחרונה, במהלך הסעודה השלישית. 

בתחילת דבריו התייחס האדמו"ר לפרשת השבוע ולמעשה זמרי. 

לאחר שהסביר איך נשיא הגיע לחטא כה גדול הזכיר האדמו"ר בשם בעל ה'דברי יואל', ב'שמע ישראל' אנו מניחים את ידינו על עיננו משום שאדם הפוגע בקדושת העיניים מאבד את האמונה בהקב"ה, ומגיע למצב שאינו יכול לקבל עול מלכות שמיים ובכך מגיע לתהומות החטא. 

 


"איך אדם מזרע אברהם יצחק ויעקב הגיע לתהומות ושפל מדרגה שכזה" הרי עם ישראל הוא ביישן וגומל חסדים?", תמה האדמו"ר. "ברור ואין ספק בכלל כי האדם הגיע לשפל המדרגה בגלל שלא שמר על עיניו, והלך אחר שרירות ליבו ואי שמירת העיניים קיררו את אמונתו". 

האדמו"ר המשיך ואמר כי לא צריך לשאול אלו מכשירים אסורים, אלא חייבים לתקן את הדברים. יש לאסור את השימוש במכשירים הטכנולוגיים לזכותו של לייבי ז"ל. 

לסיום סיפר האדמו"ר בשם אביו ה'ברך משה' שאחרי חורבן נורא עם ישראל כולו אשם: "חלקם נהרגים וחלקם הורגים. אנחנו רוצים להיות מהנהרגים ולא מההורגים. חייבים לתקן שהרגש של כל אחד מאיתנו לא יתקרר והאמונה בקרבנו תישאר". 

האדמו"ר סיים בתפילה על רבבות אלפי תינוקות של בית רבן היוצאים מידי יום ביומו ללמוד ברחבי העולם, שיחזרו בשלום אל בתיהם. 

דברי האדמו"ר עוררו התרגשות רבה והבכיות בבית המדרש הרקיעו שחקים. 

info@bhol.co.il

ויואמ_אמת » 19/7/2011 19:14

דרך אגב לויט ווי איך הער זאגען זיי יעצט אז ער זאגט אז ער פלעגט קוקען DVD פין רציחה וואס האט אים אריינגעברענגט א גייסט פין רציחה וואס האט געקענט מאכען אז איינער מזרע ישראל זאל קענען טוהן אזא זאך

היראים » 22/7/2011 19:46

קול סאטמאר

 

 

♦♦♦

פשווארסק » 28/7/2011 19:10

פשווארסק » 28/7/2011 19:14

[בילד – נישט אפגעהיט]

פשווארסק » 28/7/2011 19:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

מנחם_מענדל » 28/7/2011 22:46

[בילד – נישט אפגעהיט]