היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » קבלה טובה: נישט שרייבן פאליטיק משך די ימי השבעה פון לייבי קל...

קבלה טובה: נישט שרייבן פאליטיק משך די ימי השבעה פון לייבי קל...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2904374

געלעכטער » 15/7/2011 21:35

קבלה טובה: נישט שרייבן פאליטיק משך די ימי השבעה פון לייבי קלעצקי
כלל ישראל געפונט זיך נאך אונטערן טיפן שאק און טרויער פון די טראגישע געשעעניש וואס האט אונז באטראפן, און אידן ווילן זיין גוט און זיך מקבל זיין קבלות טובות לע"נ הילד יהודה בן נחמן זצ"ל, אלזא פאררוף איך אן אפיעל צו די חברים דא זיך אפצוהאלטן פון שרייבן פאליטיק, לשה"ר און רכילות במשך די ימי השבעה פון לייבי. ‎​
 
מי לה' אלי זאל זיך ביטע דא איינשרייבן, און איך האף אז אויב וועט זיין א ווארימע אפרוף וועט זיך דער מנהל שיחי' צושטעלן דערצו און נישט צולאזן בכלל קיין פאליטיק שרייבעריי משך די צייט. ‎​
 
מיט דאנק פון פאראויס.

נפל » 15/7/2011 22:31

איך שטום צו מיט געלעכטער, און איך בין זיך אי"ה מקבל אפצוהאלטן פון שרייבן פאליטיק משך די ימי השבעה לזכרו פון הילד יהודה בן נחמן! ‎​
 
(הלוואי זאל עס קענען אנהאלטן לענגער)

סענעטאר » 15/7/2011 22:36

אדאנק געלעכטער פארן פאררופן דעם אפיעל - איך נעם זיך אויך אונטער אי"ה נישט צו שרייבן קיין פאליטיק דורכאויס די שבעה טעג ווען כלל ישראל איז אזוי צובראכן. ‎​
 
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות. ‎​
 
א גוט שבת.