היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אומגלויבליך: מדינה וויל באלוינען "אתרא קדישא" מיט א מיליאן ש...

אומגלויבליך: מדינה וויל באלוינען "אתרא קדישא" מיט א מיליאן ש...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2903612

געלעכטער » 11/7/2011 20:29

אומגלויבליך: מדינה וויל באלוינען "אתרא קדישא" מיט א מיליאן שקל!
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, ווערט היינט געמאלדן אין די איזרעלישע פרעסע אז די מדינה וויל באלוינען אתרא קדישא מיט א מיליאן שקל צוליב וואס נאך די העפטיגע פעולות פון אתרא קדישא האט די מדינה געטוישט געוויסע פלענער פאר באן שינעס וואס זיי האבן געוואלט לייגן, נאר צוליב וואס עס זענען דארט געפונען געווארן קברים האט מען געטוישט דעם ארגינעלער פלאן.

יעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ארגינעלע פלענער וואלטן געקאסט פאר די מדינה איבריגע פינעף הונדערט טויזענט שקל, און אדאנק אתרא קדישא'ס פלענער איז דאס זיי אויסגעקומען ביליגער.

דער נושא געפינט זיך יעצט אויפן טיש פונעם ביד"ץ העדה החרדית, וויאזוי מ'זאל האנדלען ווייטער.

איינער ווייסט וואו פייוו בארא איז?

וואלןסח » 11/7/2011 23:08

אינטערעסאנט, זיי האבן געשפארט 500 טויזענט שקל, ווילן זיי באצאלן דאפלט אלס שכר?
ואשרי המאמין

געלעכטער » 11/7/2011 23:26

אייזנער » 12/7/2011 00:18


זיי האבן געהאט ריוח פון א האלב "בליאן"שקל...