קייאמישע לעיק, נ.י,
אויסטערלישער חילול השם.... שוידערליכער חילול השם...... לעכערא די אייגענע שיף...... שעדיגען די גאנצע שטאט אלס "נקמה"..... רבן דקרו.... יעדער יחיד איז איז אין סכנה...... אינספעקטארס קריכען אויף לייטערס אריינקוקען פון פענסטער ....... מען ארעסטירט פאר עפענען א גראסערטי.... ..ארייקריכען אין משפחות פינאנצען.... איינלאדענען דעם גוי עמי בבית...... שאדענס פאר יעדען חרידישען איד ווי אימער......פינסטערע פלענער פון די מוסרים......
אחרון אחרון חביב, בתי מדרשים אין קרית יואל זענען אין סכנה...........
דאס זענען טייל פון די הימעל שרייענדע קעפלעך און סלאגאנען מיט וואס די מוסרים הידועים לשמצה די משתלטים על התושבים בכפי' תלמידי וחסידי ר' אהרון ט"ב מצאנז קאורט....
פרייטיג פארמיטאג אויפען וועג צום קאנטרי מאך איך א סטאפ אין מאנראו ביי מיין ברודער מיטצונעמען זיין טאכטער אין קאנטרי אויף שבת. מיין ברודער שיקט מיר מיט א צייטונג "הקריה" און זאגט מיר ליין און האב הנאה....
פעסט פארווארד, שבת צופרי, מען ענדיגט דעם גרויסען קידוש וואס דער שכן האט אהערגעשטעלט לכבוד א יארצייט פון א באבע, לויט וויפיל אידען ער האט מחי' געווען איז די נשמה זיכער נתעלה געווארען ממדרגה למדרגה אכי"ר. איך זאג פאר די בני בית אז מען דארף א הפסקה פון לכה"פ א שעה ביז די סעודה און איך פרוביר צו מאכען פלאץ פאר די אפקאמינג סעודה כיד המלך וואס די בני בית זאל זיין געזונט האט צוגעשטעלט.
איך נעם מיר אין די האנט די "הקריה" און הייב אן צו לעזען און איך הייב מיר אן צו ציפען די באקען ווי איינער זאגט, בין איך אויף צו שלאף איך? בין איך משוגע צו ביסטו משוגע?
לאמיר אויפמישען אלטע זכרונות פון דעם נישט לאנגען עבר.....
ווי מען זאגט ביי אונז אין לאנד, טא מעיק א לאנג סטארי שארט. דער לעצטער געריכט איבער דעם רעביצינס ביהמ"ד האט געאורטיילט אז דער ביהמ"ד געהערט פאר קהל בית פיגא און די ארונים האבען נישט קיין שום בעלות אויף דעם ביהמ"ד. ערליכע אידען האבען אפגעאטעמט אז לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים און דער מקום תורה ותפלה פון איבער 30 יאר וועט ווייטער דינען פאר די מתפללים זיך אויסצוגיסען דעם הארץ בתפלה בבית מקדש מעט און עוסק זיין בתורה און דינען דעם אייבערשטען.
ויעמוד השטן לנגדו, די רשעים בלבוש ישראל לא ינוח ולא ישקוט זענען נישט געשלאפען און האבען זיך ארויפגעכאפט אויף א געזעץ וואס מכלומפרשט איז פארבאטען אין קרית יואל צו האבען א ביהמ"ד אין א פרייוועט רעזידענס און האבען באקומען ערלויבעניש אין געריכט, אן ערלויבעניש וואס זיי האבען דורכגעפירט דורך די "פאבליק סעיפטי" הידועים לשמצה, אפצושפארען א ביהמ"ד פאר זאונינג פארלעצונגען.......
יא איר הערט גוט..... די "ווילידזש אוו קרית יואל" מיט די כח הזרוע פון די "פאבליק סעיפטי" האט צוליב זאונינג פארלעצונגען אפגעשפארט א ביהמ"ד וואס דינט שוין ווי א בית מקדש מעט אריבער 30 יאר.....
דאס איז נישט געשען ביי די "שרעקעדיגע" טאון אוו מאנראו" וואס שיקט אינספעקטארס אויף לייטערס אריינקוקען אין פענסטער אויף פארלעצונגען, נאר ביי די "ווילידזש" אונטער די פירערשאפט פון "הרה"ח אברהם ווידער" הרה"ח גדלי' סעגעדין, הגה"ק משה לייב וויטריאל מיט די איבעריגע......
פרובירט אייך צו רייבען אייער שטערען אויף עטליכע מינוט און דערמאנט אייך צו איר האט שוין געהערט ווי אימער אין א חרידישע געגענט אונטער גויאישע הערשאפט אז מען זאל אפשפארען א לאנג יעריגע עקזיסטירענדע בית המדרש פאר זאונינג פארלעצונגען.....
און אט דאס האבען מיר דערלעבט פון די "ווילידזש אוו קרית יואל"....
מיינט איר דאך אוודאי אז די אידען מתפללי בית המדרש זענען געשטאנען אין די זייט און צוגעקוקט כבלע את הקודש מיט פארלייגטע הענט? ניין!! עטליכע אינגעלייט האבען געהאט די חוצפה צו שטיין אויף דעם שטח הביהמ"ד און פרובירט מיט זייערע גופים צו בלאקירען די טראקטארס פון צוברעכען דעם מקום שהתפללו בו אבותי ביהמ"ד בבית רבינו קוה"ק זי"ע....
נישט געזארגט...... די זרע עמלק, תלמידי וחסידי אט"ב זענען אויף דעם אויך גרייט...... די "פאבליק סעיפטי" איז גרייט אויף אלעמען... מיט סאדיסטישע קלעפ האבען די טונקעל הויטיגע "פאבליק סעיפטי אוו קרית זשועל" ארעסטירט די אינגעלייט אויפען חטא פון פרובירען צו האלטען אפען א ביהמ"ד.....
דאס איז נישט געשען ביי די "שרעקעדיגע" טאון אוו מאנראו" וואס ארעסטירט גראסערי לייט....... ניין דאס האבען מיר דערלעבט פון די היימישע קאפאוס, בהנהלת אברהם ווידער וגדלי' סעגעדין ובנשיאות דעם שוטה משוטה אליינס וואס איז שוין מיעד געווארען פון נוצען די בחורים די "פאליציי פון שטעטעל" און האט שוין היינט עכטע פאליציי ב"ה.....
און...........אט"ב הצליח, ער איז מן הסתם דער ערשטער פירער פון א אידישע שטעטעל אפצושפארען א ביהמ"ד לתורה ולתפלה פאר נארישע בעיבישע פאליטיק צו האבען א טוילעט ביי די האנט כידוע.....
איך וועק מיך אויף פון מיינע מחשבות און איך הייב אן צו ליינען די ארטיקלען אין "הקריה" און איך ליין מיט שרעק...... די פינסטערע פלענער פון די מוסרים און עס ווערט דעטאלירט די אלע סכנות פון לעבען אין אמעריקע אונטער די גויאישע רעגירונג אן די שוץ פון די "ווילידזש אוו קרית יואל" און די היימישע ווארימע הערצער פון די אנשי חסד פירערס פון די ווילידזש.....
צענדליגער סכנות אויפען גאנצען ישוב, אויף יעדען יחיד און אויפען גאנצען חרידישען אידענטום, אלעס שטייט אין קאן ממש מען מוז זיין א "סעלף העיטינג זשו", א באנדע מופקרים ארויפצוברענגען אזא סכנה אויף כלל ישראל...
איך ווארט שוין צו זעהן ווי זיי וועלען אראפרייסען דעם מסור הידוע לשמצה, דוד בן פעסיל לחרפות ולדראון עולם, וואס צוליב זיין פארשטינקענע בלינדע געטריישאפט צו אט"ב האט ער אריינגעפירט גאנץ כלל ישראל אין די סכנה...
איז דען ווערט די אלע מוראדיגע סכנות כדי צו צושטעלען א ביה"כ סמוך לתפלתו?
איז דען ווערט די מיליאנען דאלארען אין לויערס געלטער אלעס נאר אפצושפארען א ביהמ"ד לתורה ולתפלה?
איז דען ווערט דער חילול השם איבער די גאנצע וועלט פאר תאות הנצחון פון פארטרייבען די אידען פון זייער מקום קבוע לתפלתם זה עשרות בשנים?
דערווייל וואס ווען ווי...... די בני אהרן האבען געטראפען דעם שולדיגען......... הנהלת קהל בית פיגא.... זיי זענען גאר די שולדיגע.
עס דערמאנט די מעשה וואס דער רבי אין חדר האט דערציילט פון דעם גנב וואס איז ארייגעקומען אינמיטען די נאכט און אויסגעליידיגט דעם הויז, פלוצלינג וועקט זיך דער בעה"ב אויף און נעמט זיך שרייען מיט באנומענע קולות..... דער גנב קוקט אים אן און זאגט אים..... ר' איד, איר וועקט דאך אויף די שכינים.... איך האב מיר אויסגעטון די שיך און זיך ארומגעדרייט אין שטוב שטילערהייט פרובירט מיט אלע כוחות נישט אויפצווועקען די שכינים, און די ביזט א אומפארשעמטער פארשוין, די מאכסט קולות אינמיטען די נאכט....
אזוי שטיין די מוסרים ומלשינים, די פוסעים על ראשי עם קודש, די מטיל אימתם על הציבור און שרייען אויף די אידען וואס ווערען אונטערדריקט און געפייניגט, וואס וועקט איר אויף די שכינים, מיר זענען שטיל און איר דרייט איבער די שטאט....
און איך שטיי און שטוין..... צו וועם איז דער "הקריה" געצילט? זענען דא אידען אין קרית יואל וואס ווערען איבערגענומען פון די "שרעקעדיגע" מעשיות? וועט קיינער נישט צוקומען צו גדלי' סעגעדין און אים זאגען, ביזט גערעכט גדלי', די סכנה פון די פעדעראל קעיס איז שרעקליך, די תוצאות מי ישורנה, יעדעס ווארט אין הקריה איז אמת, ביטע הסר ממנו אך את ה......... הזה, עפען צוריק דעם ביהמ"ד און פטור אן עסק....
אויב גלייבט אברהם ווידער און זיינע מענטשען די פראפאגאנדע, פארוואס עקשנ'ן זיי זיך?? פארוואס עפענט מען נישט דעם ביהמ"ד ושלום על ישראל? איז דאס אלעס ווערט פאר א "טוילעט"?
די צינדערס שרייען אויף די לעשערס, וואס גיסט איר אויס וואסער......
טייערע צינדערס, האט איר אפשר זיך באזינט אויף א מינוט אפשר איז כדאי נישט צו צינדען וועט מען נישט דארפען לעשען?
זענט איר טאקע א באנדע מופקרים אז פאר א פארשטינקענע טוילעט זענט איר גרייט צו שטעלען דעם גאנצען "ווילידזש" און גאנץ כלל ישראל אין די סכנה וואס איר באשרייבט אזוי שיין?
נעמט אייך די מיה, ליינט איבער דעם גאנצען פאשקעוויל, און טראכט אייך איבער צו איז דאס אלעס ווערט פאר תאות הנצחון....תוקן על ידי המהדרין ב- 11/07/2011 17:49:29